אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
האט נישט קיין שייכות מיט ארטיקל
טאַג: שחזור ידני
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''ייִדיש, אידיש''' אדער '''יודיש''', גערופֿן ביי אידן '''מאַמע לָשון''', איז אַ [[שפּראך|שפּראַך]] װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן<ref>[http://yiddish.forward.com/node/655 פּארווערטס]</ref> און באַקאַנט ביי 3,142,560 <ref>[http://www.ethnologue.com/show_language.asp?code=ydd Yiddish, Eastern]</ref> מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם [[אַשכנז|אַשכנזישן]] אָפּשטאַם.
 
במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין [[אייראפע]], בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענעיענער תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, [[לשון קודש]] איז באנוצט געווארן נאר צו [[דאווענען]] און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט [[אליעזר בן יהודה]] מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן [[העברעאיש]]. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.
 
בעת דידער [[השכלה]] באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין [[מזרח אייראפע]] האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.
 
פֿאַר דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט-מלחמה]] האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ [[ישׂראל]] און אין [[אַמעריקע]] - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן{{מקור}}.