אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאלטער קריג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייט א נייעם אפטייל
←‏הינטערגרונט: צוגעלייגט נייע אפטיילונג
שורה 15:
 
== הינטערגרונט ==
פעברואר 1917 האט מען איבערגעקערט די רעגירונג פון צאר ניקאליי דער צווייטער פון דער רוסלענדישער אימפעריע, ווייל די בירגער זענעו געווען שטארק אנטוישט פון זייער לעבענסשטייגער, בפרט אין דער תקופה פון דער ערשטער וועלט-מלחמה. די נייע רעגירונג אין רוסלאנד איז געווען א דעמאקראטישע סאציאליסטישע רעגירונג. זי איז אבער געווען בטלניש. אום נאוועמבער 1917 האבן די באלשעוויקן, א גרופע פון קאמוניסטן אונטער [[וולאדימיר לענין]], איבערגעקערט די נייע דעמאקראטישע רעגירונג, געשטיצט דורך גרופעס גערופן סאוועטן. די באלשעוויקן האבן געשאפן א נייע קאמוניסטישע רעגירונג, די רוסלענדישע פעדעראדיווע סאציאליסטישע רעפובליק.
 
א גרויסער טייל פון די רוסלענדישע אימפעריע האט אבער נישט געשטיצט די קאמוניסטן. פיל לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון דער אימפעריע, ווי לעטלאנד, ליטע, עסטלאנד, פוילן און פֿינלאנד האבן זיך אפגעשיידט פון רוסלאנד. די רוסלענדישע בירגערקריג האט אנגעהויבן, און די [[רויטע ארמיי]] פון דער רוסישער סאוועטישער רעגירונג האט געקעמפט קעגן דער [[ווייסע ארמיי|ווייסער ארמיי]], די גרופע פון אלע רוסן וואס האבן דערקעגנט די קאמוניסטן. די ווייסע ארמיי איז נישט געווען אזוי גוט איינגעארדנט. די אליאירטע קראפטן פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווי די פאראייניגטע שטאטן, דאס פאראיינגטע קעניגרייך און פראנקרייך האבן, האבן אינוואדירט רוסלאנד כדי צו שטיצן די ווייסע ארמיי. ענדלעך האבן די סאוועטן געזיגט די מלחמה אין 1922 און האבן געגרינדעט דעם פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן (ראַטנפֿאַרבאַנד) צוזאמען מיט די ניי־געשאפענע סאציאליסטישע רעפובליקן פון אוקראינע, בעלארוס, ארמעניע, אזערביידזשאן און גרוזיע.
 
דער קאלטער קריג האט אנגעהויבן אין 1947 ווען מען האט געמיינט אז אלע רעגירונגען וועלן ווערן אדער [[קאמוניזם|קאמוניסטיש]] אדער [[קאפיטאליזם|קאפיטליסטיש]]. די מערבדיקע אליאירטע האבן מורא געהאט אז דער ראטנפארבאנד וועט פארברייטערן זיין איינפלוס אין אייראפע מיט געוואלד, און אויך האבן געזארגט אז סאוועטישע אגענטן האבן באקומען אינפארמאציע וועגן מאכן די [[אטאם באמבע]] נאך דער מלחמה.
 
ביידע גרופעס פון פעלקער האבן געקעמפט קעגן נאצי־דייטשלאנד. דער ראטנפארבאנד האט פון צייט צו צייט געארבעט צוזאמען מיט דייטשלאנד, און האבן געטיילט פוילן צווישן זיך אין 1939; אין יוני 1941 אבער האט דייטשלאנד געקערט קעגן דעם ראטנפארבאנד מיט [[אפעראציע בארבאראסא]].
 
== נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה ==