אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער הויקער פון נאטרעדאם (1996 פילם)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 19:
'''דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם''' ([[ענגליש]]: ''The Hunchback of Notre Dame'') איז אן אַמעריקאַנישער [[אנימאציע|אַנימירטער]] [[דראמא|דראַמאַ]] [[מוזיקפילם|מוזיקפֿילם]] פֿון 1996 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך [[וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס|וואלט דיזני אַנימאַציע סטודיאס]] און באפרייט געווען דורך [[וואלט דיזני פילמען|וואלט דיזני פֿילמען]]. ער איז דער 34סטן וואלט דיזני אַנימירטער פֿילם אין פֿולער לענג, און איז באזירט אויף דער [[ראמאן|ראָמאַן]] פֿון [[וויקטאר הוגא|וויקטאָר הוגאָ]] [[דער הויקער פון נאטרעדאם|מיטן זעלבן נאָמען]]. די געשיכטע איז וועגן קוואַזימאָדאָ, דער פֿאַרקרימטער [[גלאק|גלעקער]]-קלינגער פֿון [[נאטרעדאם דע פאריז|נאָטרעדאַם]], און זיין קעמף צו אָנגענומען ווערן אין די [[געזעלשאפט (סאציאלאגיע)|געזעלשאַפֿט]].
 
דער פֿילם איז רעזשיסירט געווארן דורך קירק ווייז און גערי טרוזדייל, און איז פראדוצירט געווארן דורך דאָן האַן. די שטימע אקטיארן זענען [[טאם האלס|טאָם האָלס]], [[דעמי מור]], [[טאני דזשיי|טאָני דזשיי]], [[קעווין קליין]], [[פאל קענדל|פּאָל קענדל]], [[דזשייסאן אלעקסאנדער|דזשייסאָן אַלעקסאַנדער]], [[טשארלס קימברוי|טשאַרלס קימברוי]], [[דייוויד אגדען סטירס|דייוויד אָגדען סטירס]], און [[מערי וויקס]] אין איר לעצטער פֿילם ראָלע. דער פֿילם איז פראדוצירט געווארן אין דער "[[דיזני רענעסאנס]]" עפאכע, און ווערט געטראַכט אַלס איינער פֿון די טונקלסטע אַנימירטע פֿילמען פֿון דיזני, ווייל זיין געשיכטע רעדט וועגן ערנסטע טעמעס ווי עופֿעלע-טייטונג, [[גלוסט]], פֿאַרשילטונג, [[פעלקער מארד|פֿעלקער מאָרד]] און [[זינד]], כאָטש די וועזנטלעכע אונטערשיידן פֿון די אָריגינעלע געשיכטע צו באַקומען אַ G ראַנג. די לידער פֿונעם פֿילם זענען געשריבן געווארן דורך [[אלאן מענקען|אַלאַן מענקען]] און [[סטיוון שווארץ|סטיוון שוואַרץ]], וואס האבן קאָאָפּערירן אויף דערדעם פֿאַראַיאָריקערפֿאַראַיאָריקן פֿילם "[[פאקאהאנטאס (1995 פילם)|פּאָקאַהאָנטאַס]]".
 
"דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם" איז באפרייט געווארן דעם 21סטן יוני 1996 מיט גוטע קריטיקעס און איז געווען אַ קאָמערציעלע הצלחה מיט איבער 325 מיליאָן דאָלאַרן וועלטווייט, און איז געווארן דער פֿינפֿטער פֿילם מיט די העכסטע הכנסות אין 1996. דער פֿילם איז נאמינירט געווארן פֿאַר דער אַקאַדעמיע פריז און דער גאָלדען גלאָב פריז פֿאַר אַלאַן מענקענ'ס מוזיק. אַ מער טונקל און מער גאָטישע אַדאַפטאַציע פֿונעם פֿילם איז ווידערגעשריבן און רעזשיסירט געווארן דורך דזשיימס לאַפּין און פראדוצירט דורך וואלט דיזני טעאַטראַל אין [[בערלין]], [[דייטשלאנד]] מיטן נאָמען "Der Glöckner von Notre Dame", און איז געשטעלט געווען צווישן 1999 און 2002. אַ דירעקט-צו-ווידעאָ המשך-פֿילם מיטן נאָמען "דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם 2" איז באפרייט געווארן אין 2002.
 
== שטימע אקטיארן ==
* טאם האלס אלס קוואַזימאָדאָ
* [[דעמי מור]] אלס עזמעראַלדאַ
* טאני דזשיי אלס ריכטער קלאָד פֿראָלאָ
* קעווין קליין אלס קאַפּיטאַן פֿיבוס
* פאל קענדל אלס קלאָפּין טרולעפֿו
* טשארלס קימברוי, דזשייסאן אלעקסאנדער און מערי וויקס אלס וויקטאָר, הוגאָ און לאַווערן
* [[דייוויד אגדען סטירס]] אלס דער אַרכידיאַקאָן
 
== לידער ==
* "די גלעקער פֿון נאָטרעדאַם"
* "אין דרויסן"
* "קאַפּויער"
* "גאָט העלפֿן די פֿאַרשטויסענע"
* "גן-עדנס ליכט"
* "העלפֿייַער"
* "איינער ווי דו"
* "דער הויף פֿון נסים"
 
== וועבלינקען ==
* {{Imdb title|0116583|title=דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם}}
 
{{דיזני אנימירטע פילמען}}
{{פילם-שטומף}}
{{דיזני-שטומף}}
 
[[קאטעגאריע:אמעריקאנישע פילמען]]