אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גארטל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: פארראכטן פארטאפלטע ווייטערפירונג → פאסיק
פון פריש געעפנט א בלאט
שורה 1:
דער גארטל איז א שטריק וואס דינט אלס אייגנארטיגע מלבוש, וואס [[חסידות|חסידים]] טוען אן ביים [[תפילה|דאווענען]].
#ווייטערפירן [[פאסיק]]
 
== '''דעם טעם''' ==
חסידים טראגן דעם גארטל כדי אפצוטיילן צווישן דעם אויבערשטן און אונטערשטן טייל [[קערפער|גוף]]. דער [[טעם]] פון דעם [[מנהג]] שטאמט צוליב דעם וואס דער [[כהן]] אין [[בית המקדש]] פלעגט אויך טראגן א גארטל ביים טון די עבודה.
 
== '''מנהגים''' ==
אפילו די וועג וויאזוי מען טראגט און קניפט אן דעם גארטל איז פארהאן פילע מנהגים.
 
אסאך פירן זיך אריינצודרייען די רצועות פון זייער [[תפילין]] אין די גארטל.
 
דער גארטל ווערט אויך גענוצט ביים טאנצן [[מצווה טאנץ|מצוה טאנץ]].
 
אין צאנזער הויפן, ווי [[באבאוו (הויף)|באבוב]], [[צאנז (הויף)|צאנז]] און [[צאנז-קלויזענבורג (הויף)|קלויזנבורג]], אזוי אויך די [[ירושלים|ירושלימ]]'ער אידן אויף זייערע קאפטנס, טראגן גרויסע הויכע ברייטע גארטלעך.
 
[[רבי]]'ס פלעגן טראגן ווייסע גארטלעך.
 
געוויסע חסידים ווי [[סקווירא (הויף)|סקווירא,]] [[בעלזא]] און אנדערע טראגן דעם גארטל א גאנצן טאג.
[[טעקע:גרטל משי.jpg|קליין|א געווענליכע שווארצע גארטל]]
 
 
 
__קיין_אינהאלט_טאבעלע__
[[קאַטעגאָריע:חסידים]]
[[קאַטעגאָריע:קליידונג]]
[[קאַטעגאָריע:מצוות און מנהגים]]