אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געטראנק"

פליסיקייט וואס מענטשן טרינקען
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געעפנט א נייע בלאט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 00:33, 23 סעפּטעמבער 2020

געטראנק (משקה אויף העברעאיש און Drink  אויף ענגליש) איז א פליסיגקייט וואס א מענטש שלינגט אראפ, אריין אין זיין קערפער.

פון די וועלט-בארימטסטע געטראנקען זענען וואסער, מילך, קאווע, טיי, וויין, און אנדערע אלקעהאלישע משקאות, ווי ביר, וואדקע, ליקער און נאך.

אזוי אויך זענען פארהאן גאר אסאך געשמאקע געטראנקען וועלכע ווערן געמאכט פון זאפט פון פרוכט; א שטייגער ווי דער גאר פאפולערער מאראנצן זאפט, אדער טרויבן זאפט (באקאנט אלס גרעיפ-דזשוס) וואס ווערט אסאך באניצט פאר קידוש, אלס אן ערזאץ פאר וויין.

קולטור

חוץ פון איר פשוט'ע פונקציע פון שטילן די נאטורליכע דארשט מיט וואס יעדע מענטש און באשעפעניש איז באשאנקען, טוען געטראנקען שפילן א גרויסע ראלע אין מענטשליכע קולטור, ווען אין יעדע ראיאן און לאנד איז א צווייטע געטראנק גאר פאפולער; למשל אין רוסלאנד טרינקט מען אסאך וואדקע; אין די פאראייניגטע שטאטן טרינקט מען גאר אסאך קאוקע קאולע; אין מעקסיקא טרינקט מען אסאך טאקילע; פראנקרייך טרינקט מען אסאך רויטע וויין; און אין ענגלאנד טרינקט מען אסאך טיי.