אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאה אסתר האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קיינער שרייבט נישט אזלעכע אויסדרוקן אויף וויקיפעדיע.
שורה 10:
 
==ארץ ישראל==
ווען זיי זענען ענדליך אנגעקומען אין [[ארץ ישראל]], אנפאנג האבן זיי געוואוינט אין [[תל אביב]] נאענט צו דער [[בית ישראל ודמשק אליעזר ישיבה|וויזשניצער ישיבה]] (נאך איידער מען האט אריבערגעפירט די ישיבה קיין [[בני ברק]]). וויבאלד די מערהייט פון די בחורים זענען געווען מלחמה איבערלעבער, האט די רעביצין זיי געשוינט און רחמנות געהאט אויף זיי גאר שטארק. זי האט באשלאסן צו ווידמען איר לעבן צו העלפן אנדערע און מקבל געווען אויף זיך צו זיין אזוי ווי א אייגענע מאמע פאר זיי און מאכן זיכער אז עס פעלט זיי גארנישט. שבתים און ימים טובים פלעגט זי זיי איינלאדן צו דער סעודה ביי זיך אין שטוב. זייער אפט פלעגט זי זיי באגלייטן צו דאקטוירים, און טאמער עס האט פאסירט אז א בחור האט געדארפט האבן א ספעציעלן שפייז צוליב זיין געזונט צושטאנד, איז זי געשטאנען אין קאך[[קיך]] און האט געקאכט פאר איהםאים וואס די דאקטוירים האבן רעקאמענדירט, און אפילו טאשן געלט פלעגט זי ארומטיילן פאר עטליכע יתומים אין ישיבה. איר הויז איז אייביג געווען אפן פאר אלעמען. איר הכנסת אורחים איז געווען מורא'דיג און געוואלדיג, טראצדעם וואס זי אליין מיט איר משפחה האבן געוואוינט אין ענגשאפט און נישט געווען רייך. אויכעט פלעגט זי צוזאמען מיט איר מאן זייער אפט פירן אונטער דער חופה בחורים יתומים פון דער ישיבה וואס האבן ליידער פארלוירן זייערע עלטערן ביי דער שרעקליכער [[חורבן אייראפע|מלחמה]], און א סאך מאל אפילו צוגעדעקט די קאסטן פון דער חתונה. מען דערציילט אז אין יענע יארן דער מצב איז געווען אזוי שווער און די ארימקייט האט דעגרייכט צו א מצב, אז אפילו ליכט-האלטערס האט זי נישט געהאט און אנשטאט דעם פלעגט זי נוצן שטיינער כדי אנצוצינדן שבת ליכט אוף זיי. טאג טעגליך פלעגט זי אנרופן און מחזק זיין גייסטיש אלמנות און צובראכענע מענטשן וואס האבן געטראפן ביי איר טרייסט און חיזוק.
 
זי איז נפטר געווארן פרייטיג צונאכט [[כ"ט שבט]] [[ה'תשנ"ג]] נאך א קורצער קראנקייט אין דער עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר איבערלאזנדיג נאך זיך איר מאן דער וויזשניצער רבי זצ"ל, און צענדליגער אייניקלאך און אור-אייניקלאך. זי איז באערדיגט געווארן אין וויזשניצער [[בית החיים]] אין [[בני ברק]].