אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היסטאריע פון אוויאציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 31:
== שווערער ווי לופט ==
די נעקסטע טורנינג פוינט איז געווען אין 1853 ווען די ערשטע Glider האט געטראגן א מענטש.
די מחדש פונעם גליידער איז געווען אן [[ענגלאנד|ענגלישער]] [[ערפינדער]] Sir George Cayley, א מענטש וועמענס יסודות אין [[Aerodynamics]] זענען די הויפט שטריכן פאר יעדן וואס שטודירט די סוגיא. Sir George האט שוין אייגנטליך אפגעמאלן די בלו-פרינט פון דעם גליידער צוריק אין 1799, אבער אין 1853 איז עס ארויס מכח אל הפועל ווען נאך יארן פון שטודיעס און פארבעסערונגען איז עס געווען א פארטיגע פראדוקט. די כבוד האט מען אפגעגעבן פארן סיר'ס בעל עגלה, וועלכער איז אביסל ארומגעפלויגן אין איר העכער א טאל ביי איינע פון די Cayley פאמיליע'ס וואוינערטער גערופן Brompton Hall (היינט איז דא א סקול אין די בנין), ארום דרייסיג מייל צפון־מזרח פון יארקשיר (Yokshire) אין ענגלאנד.
 
יעצט א שטיקל בליק וואו די וועלט האט דעמאלטס געהאלטן, און די מצב איז געגאנגען אזוי ביז ארום יארע 1900. טראצדעם וואס די גליידער האט זיך אין די שפעטערע יארן אויסגעשטעלט צו זיין די בעסערע מיטל פאר פליען, און ווען מ'האט איר מיט יארן שפעטער באקליידעט מיט [[מאשין]]-קראפט האט זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די עתיד פון אוויאציע, האט זיך די וועלט נישט אזוי שנעל אוועקגערוקט פון אנטוויקלען די באלאנען. אין די מיליטערישע פעלד איז געשטיגן די אינטערעסע אין די נייע מאשין נאך וואס זי האט זיך שוין א שיינע פאר מאל ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע הילף אין קאנפליקטן. אין 1861 האט די אמעריקאנער מיליטער געגרינדעט די US Army Balloon Corps אין ליכט פון די דעמאלטסדיגע ברידער-קריג און איר באנוץ האט אסאך אויסגעמאכט פאר ביידע זייטן.
 
אין די ציווילע וועלט האבן זיך אויך געגרינדעט פארבאנדן פון עקספערטן און פיאנערן וועלכע האבן געהאט אן אינטערעסע אין די אנטוויקלונג פון באלאנען. אין 1866 האט זיך אין ענגלאנד געגרינדעט די Aeronautical Society of Great Britain וואס פארבלייבט די עלסטע אזא פאראיין אין היסטאריע. (די פאראיינען זענען אין די שפעטער יארן פארברייטערט געווארן און אוועקגעשטעלט יסודות און רעגולאציעס, ווערנדיג מיט דעם די טאטעס פון די רעגירונג אגענטורן וועלכע רעגולירן לופט-טראנספארטאציע, ווי די [[FAA]] אין אמעריקע, און די CAA אין ענגלאנד)