אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היסטאריע פון אוויאציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אויף פראנצויזיש: ״זשאזעף״
אין תקציר עריכה
שורה 13:
 
== גרינגער ווי לופט ==
די דורכברוך איז געקומען אין די 1780'ער יארן ווען צוויי [[פראנצויזן|פראנצויזישע]] ברידער זשאזעף (Joseph) און עטיען (Etienne) מאנטגאלפֿיער (Montgolfier) האבן [[ערפינדער|ערפינדן]] דעם Hot air baloon. די פאקטישער ערפינדער איז געווען זשאזעף וועלכער האט אריינגעטראכט פארוואס די לופט העכער [[פייער]] דערהייבט זיך, זיין [[טעאריע]] איז געווען אז געוויסע [[גאז]]ן זענען גרינגער פון לופט און וועלן זיך דערהייבן אויף ארויף (ווי די כלל לויטעט, אז א זאך וואס איז שווערער גייט אויף אראפ און א זאך וואס איז גרינגער גייט אויף ארויף), און פייער פראדוצירט דעם געוויסען גאז, און דערפאר דערהייבט זיך די רויעך אויף ארויף.
 
וואס אן אמת האט שוין אין יאר 1766 דער [[בריטישער]] [[כעמיקער]] [[הענרי קאווענדיש]] (Henry Cavendish) ערפינדען דעם עלעמענט [[הידראגען]] (hydrogen), וועלכער וועגט א צענטל פון לופט און גייט אויף ארויף, אבער מאנטגאלפֿיער וועלכער איז נישט געווען קיין פארשער, נאר א בלויזער [[פאפיר]] פראדוצירער, האט זיך געפרייט מיט זיין המצאה און איר זאגאר א נאמען געגעבן "Montgolfier gas".
 
זשאסעף האט אין 1782 דורכגעפירט א דערפאלגרייכן עקספערימענט דורכן אנהייצן די אינעווייניגסטע חלק פון א [[סחורה]]'נעם [[זעקל]] און זי האט זיך ווירקליך געהויבן ביזן דאך פון זיין הייזקע אינעם שטעטל [[אוויניאן]] (Avignon) אין [[פראנקרייך]]. ביי דעם שטאפל האט זשאסעף אריינגענומען זיין ברודער עטיען אינעם בילד, און אינאיינעם האבן זיי דורכגעפירט צענדליגע עקספערימענטן וויאזוי צו ברענגען אז זייער ערפינדונג זאל קענען אויפהייבן א מענטש. זיי האבן געגלייבט אז ווען זיי וועלן טרעפן די פאסיגע לייכטע סחורה, וואס האלט אבער גענוג גוט די היץ אין איר וועט זי זיין בכח אויפצוהייבן א שווערע וואג.
דורכאויס זייערע פראבעס זענען זיי געקומען צום אויספיר, אז א פייער וואס ברענט פון אלטע שיך אדער פארדארבענע פלייש איז די בעסטע צו נוצן פאר דעם צוועק פון זיך הייבן.
 
שורה 32:
== שווערער ווי לופט ==
די נעקסטע טורנינג פוינט איז געווען אין 1853 ווען די ערשטע Glider האט געטראגן א מענטש.
די מחדש פונעם גליידער איז געווען אן [[ענגלאנד|ענגלישער]] [[ערפינדער]] Sir George Cayley, א מענטש וועמענס יסודות אין [[Aerodynamics]] זענען די הויפט שטריכן פאר יעדן וואס שטודירט די סוגיא. Sir George האט שוין אייגנטליך אפגעמאלן די בלו-פרינט פון דעם גליידער צוריק אין 1799, אבער אין 1853 איז עס ארויס מכח אל הפועל ווען נאך יארן פון שטודיעס און פארבעסערונגען איז עס געווען א פארטיגע פראדוקט.
די כבוד האט מען אפגעגעבן פארן סיר'ס בעל עגלה, וועלכער איז אביסל ארומגעפלויגן אין איר העכער א טאל ביי איינע פון די Cayley פאמיליע'ס וואוינערטער גערופן Brompton Hall (היינט איז דא א סקול אין די בנין), ארום דרייסיג מייל NE פון Yokshire אין ענגלאנד.
 
יעצט א שטיקל בליק וואו די וועלט האט דעמאלטס געהאלטן, און די מצב איז געגאנגען אזוי ביז ארום יארע 1900.
טראצדעם וואס די גליידער האט זיך אין די שפעטערע יארן אויסגעשטעלט צו זיין די בעסערע מיטל פאר פליען, און ווען מ'האט איר מיט יארן שפעטער באקליידעט מיט מאשין-קראפט האט זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די עתיד פון אוויאציע, האט זיך די וועלט נישט אזוי שנעל אוועקגערוקט פון אנטוויקלען די באלאנען. אין די מיליטערישע פעלד איז געשטיגן די אינטערעסע אין די נייע מאשין נאך וואס זי האט זיך שוין א שיינע פאר מאל ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע הילף אין קאנפליקטן. אין 1861 האט די אמעריקאנער מיליטער געגרינדעט די US Army Balloon Corps אין ליכט פון די דעמאלטסדיגע ברידער-קריג און איר באנוץ האט אסאך אויסגעמאכט פאר ביידע זייטן.
 
אין די ציווילע וועלט האבן זיך אויך געגרינדעט פארבאנדן פון עקספערטן און פיאנערן וועלכע האבן געהאט אן אינטערעסע אין די אנטוויקלונג פון באלאנען. אין 1866 האט זיך אין ענגלאנד געגרינדעט די Aeronautical Society of Great Britain וואס פארבלייבט די עלסטע אזא פאראיין אין היסטאריע. (די פאראיינען זענען אין די שפעטער יארן פארברייטערט געווארן און אוועקגעשטעלט יסודות און רעגולאציעס, ווערנדיג מיט דעם די טאטעס פון די רעגירונג אגענטורן וועלכע רעגולירן לופט-טראנספארטאציע, ווי די [[FAA]] אין אמעריקע, און די CAA אין ענגלאנד)
למעשה אבער האבן די באלאנען - טראץ די פילע יארן וואס מ'האט זיי שוין עקספערימענטירט - קיין סך טובה פאר די בריאה נישט געברענגט, פארשער האבן טאקע געטראפן אפאר וועגן וויאזוי אנצופולן די באלאן מיט עפעס וואס זאל עס אויפהייבן, אבער אין די תחום פון קאנטראלירן איר ריכטונג האט מען זיך קוים גערוקט. דאך זענען אבער ענטוזיאסטישע פארשער פון איבער די גאנצע וועלט געווען פארנומען מיט פראבעס אין עקספערימענטן מיט די האפענונג צו אויפקומען מיט א דבר השלם. פון אונטער די באוואוסטזיין האבן אלע אבער געהאלטן אוועקגעלייגט די געדאנק אז מ'וועט מעגליך דארפן לייגן מער געוויכט אויף שווערער ווי לופט מאשינען. אין פאקט אין 1866 ווען די בריטישע האבן געגרינדעט דעם פריערדערמאנטן פארבאנד האט מען ביי די ערשטע זיצונג שוין דיסקוסירט גליידערס.
 
למעשה אבער האבן די באלאנען - טראץ די פילע יארן וואס מ'האט זיי שוין עקספערימענטירט - קיין סך טובה פאר די בריאה נישט געברענגט, פארשער האבן טאקע געטראפן אפאר וועגן וויאזוי אנצופולן די באלאן מיט עפעס וואס זאל עס אויפהייבן, אבער אין די תחום פון קאנטראלירן איר ריכטונג האט מען זיך קוים גערוקט. דאך זענען אבער ענטוזיאסטישע [[פארשער]] פון איבער די גאנצע וועלט געווען פארנומען מיט פראבעס אין עקספערימענטן מיט די האפענונג צו אויפקומען מיט א דבר השלם. פון אונטער די [[באוואוסטזיין]] האבן אלע אבער געהאלטן אוועקגעלייגט די געדאנק אז מ'וועט מעגליך דארפן לייגן מער געוויכט אויף שווערער ווי לופט (heavier than air) מאשינען. אין פאקט אין 1866 ווען די בריטישע האבן געגרינדעט דעם פריערדערמאנטן פארבאנד האט מען ביי די ערשטע זיצונג שוין דיסקוסירט גליידערס.
 
אין 1898 האט זיך אין פראנקרייך געגרינדעט די Aero Club de France, די קלוב איז באשטאנען פון ארויפגעקוקטע פראפעסארן, אינזשענירן און ערפינדער, און אויך זענען אנגעשלאסן געווען רייכע לייט אינטערסירט אין די אנטוויקלונג פון אוויאציע, און די קלוב-מעמבערס האבן אויסגערופן גרויסע באלוינונגען פאר ווער ס'האט געבראכן רעקארדס און ערצייגט חידושים.
 
פראנקרייך האט זיך אין יענע יארן ארויסגעשעלט שטענדיג צו זיין א טריט פאראויס אין יעדע אספעקט פון פליען, סיי ווען ס'איז געקומען צו ברעכן רעקארדס און סיי ווען ס'איז געקומען צו ריסורטש און ערצייגן פרישע פאטענטן. אין 1874 האט אן אפיציר אין די פראנצויזישע נעווי ערצייגט גאנץ א פארגעשריטענע מאשין פאר זיינערצייט, ס'איז געווען א קליינע מאדעל פון א גליידער מיט אן שטיקל ענדזשין (כמו עראפלאן), אבער ס'האט בלויז באוויזן זיך אביסל צו רוקן פון פלאץ און זיך הייבן קוים עפעס אין די לופטן, אבער דאס אליין ווייזט אז די פראנצויזן האבן גאנץ ווייט געהאלטן מיט זייערע שטודיעס. דערפאר איז גאנץ פארשטענדליך אז מיטן גרינדונג פון די קלוב זענען די אנגעשלאסענע מעמבערס געווען קאנפידענט אז צווישן זייערע גרעניצן וועט זיך אנטוויקלען די סוקסעס פון Powered flight. זאכן האבן זיך אבער געטוישט אין 1899 ווען אינעם שטעטעלע Dayton אין [[אהייא]] (Ohio) האבן זיך צוויי ברידער פארקאטשעט די ארבל און זיך גענומען ארבעטן...
 
== רייט ברידער ==