אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 34:
דער רבי לייגט אריין א ספעציעלע ארבעט אין חינוך, וואו ער מאכט חידושים אין נייע איינפירונגען, ווי צום ביישפיל דעם באניץ פון [[פסיכאלאג]]ן און סאציאלע באדינונגען אין זיינע מוסדות, און אויך אין קירוב רחוקים. ער האט אויפגעשטעלט די ארגאניזאציעס "תורה ואמונה" "צהר" אין "הידברות", וועלכע זענען באקאנט און דעם עולם התשובה אין ארץ ישראל. אויך האט דער רבי סטימולירט ר' [[מיילעך פירער]] אויפצושטעלן די [[עזרה למרפא]] ארגאניזאציע.
 
אין ארץ ישראל האט בעלזא שטיבלעך אין [[בני ברק]], [[אשדוד]], [[בית שמש]], [[תל אביב]], קרית גת, נוף הגליל און [[חיפה]]; אין חו"ל אין [[בארא פארק]], [[מאנסי]], [[וויליאמסבורג, ברוקלין|וויליאמסבורג]], [[מאנטרעאל]], [[אנטווערפן]], [[לאנדאן]], [[מאנטשעסטער]], [[ציריך]], [[ווין]],
[[מעלבארן]] און [[סאא פאולא]].
 
שורה 41:
==בעלזער ישיבות ==
דאס בעלזער חסידות האט זעקס [[ישיבה גדולה|ישיבה גדולות]] אין ארץ ישראל:
*די אלטע ישיבה אין אגריפס גאס אין [[ירושלים]], געגרינדעט אין [[תש"י]]. היינט איז דער ראש ישיבה הוא הרב אהרן רובינפעלד.
*די בעלזער ישיבה אין [[בני ברק]], אונטערדער ראש ישיבה איז הרב חיים צבי שפירא.
*די בעלזער ישיבה אין [[חיפה]] אונטערדער ראש ישיבה איז הרב [[מאיר דוב רעכניצער|בערל רעכניצער]].
*די בעלזער ישיבה אין [[אשדוד]] אונטערדער ראש ישיבה איז הרב מאיר ראזענגארטען.
*די בעלזער ישיבה "ישמח לב" אין אשדוד אונטערדער ראש ישיבה איז הרב שלמה לווינגער.
*די בעלזער ישיבה אין בית שמש אונטערדער ראש ישיבה איז הרב שלמה בינעטה.
אין יאר תשס"ו האט מען אויפגעשטעלט א ישיבה פאר עלטערע בחורים וואס האבן שוין געלערנט דריי יאר אין ישיבה גדולה. די ישיבה איז געווען אין ירושלים אין דעם בנין פון [[קאלעוו (הויף)|קאלעוו]] אין [[שיכון חב"ד (ירושלים)|שיכון חב"ד]], ווי אויך אין [[הר חוצבים]], און געפינט זיך היינט אין [[גבעת שאול]], ירושלים, אינעווייניג פון דער באקאנטער דיסקין געביידע