אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אגודת ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון 46.31.101.72 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
אריינפיר
שורה 1:
'''אגודת ישראל''' ('''אגו"י''') איז א [[חרדים|חרדישע]] ארגאניזאציע געגרינדעט אין [[קאטאוויץ]], [[פוילן]], [[י"א סיון]] [[ה'תרע"ב]] ([[1912]]). דער ציל פון דער ארגאניזאציע איז צו לייזן טאג־טעגלעכע שאלות אין לעבן פונעם יידישן פאלק אין דער גייסט פון [[תורה]] און [[מצווה]]. אגודת ישראל באשפעטיקט זיך מיט עניינים פון [[חינוך]], [[כשרות]] און נאך א סך געביטן, געפירט דורך דער [[מועצת גדולי התורה]] (ראַט פון גדולי התורה), וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון די חשוב׳ע ה[[רב|רבנים]] צווישן אירע שטיצער. די אגודה ווערט אידענטיפֿיצירט מיטן צענטראלן טייל פון חרדישן יידנטום איבער דער וועלט. אין ישראל האט די [[ליטוואקעס|ליטווישע]] [[דגל התורה]] פארטיי זיך צעשיידט פון דער אגודה אין די סוף תש״מ יארן, און היינט רעפרעזענטירט די אגודה אין ישראל מערסטנס דעם [[חסידות|חסידישן]] טייל.
 
==אגודת ישראל היסטאריע==
'''אגודת ישראל''' איז געגרינדעט געווארן אין [[קאטאוויץ]] [[י"א סיון]] [[ה'תרע"ב]] ([[1912]]) מיטן ציל צו קעמפֿן פאר תורה'דיגער אידישקייט, בעיקר אין [[פוילן]] און [[דייטשלאנד]]. פריער איז געווען אין פוילן די ארגאניזאציע ''אגודת שלומי אמוני ישראל''. די אגודת ישראל פארטיי אין פוילן פלעג שטעלן קאנדידאטן סיי פאר'ן [[סיים]] (פוילישער פארלאמענט) און סיי פאר די שטאטישע וואלן. פארשטייט זיך אז אגודת ישראל האט געהאט א ליסטע ביי די קהילה-וואלן אין די פארשידענע קהילות. צווישן די אגודת ישראל דעלעגאטן אין סיים זענען געווען [[אלכסנדער זושיא פרידמאן]] (מחבר פון [[דער תורה קוואל]]), הר"ר [[מאיר שפירא]] (לובלינער רב), הר"ר [[יוסף נחמיה קארניצער]] (קראקעווער רב) און הר"ר [[אהרן לעווין]] (ריישער רב).
שורה 8 ⟵ 10:
דער פירער פון אגודת ישראל אין דער [[שווייץ]] איז געווען הרב ד"ר [[שלמה עהרמאן]].
 
נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה איז אגודת ישראל אין [[דייטשלאנד|דייטשלאַנד]] געווען זייער פאַרנומען מיט העלפֿן דעם "שארית הפליטה". די פירער פון אגודת ישראל אין דעם חלק פון דייטשלאנד אונטער דער יוריסדיקציע פון גרויסבריטאניע זענען געווען הרב [[ישראל משה אלעווסקי]], הרב [[שלמה זאב צווייגענהאפט|שלמה זאב צווייגנהאפט]]<ref>מגדל דוד, מהדורת תשע"ה, תולדות המו"ל</ref> און [[אפרים לונדונער|אפרים לאנדאנער]].<ref>Bridge to a Bygone World by Shmuel Albert</ref> די פירער פון אגודת ישראל אין דעם חלק פון דייטשלאנד אונטער דער יוריסדיקציע פון [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|אמעריקע]] זענען געווען ה. פאראסול און נ. ברוינפעלד.
 
היינט צו טאגס פירט אגודת ישראל אן מיט עסקנות פאר [[חרדים|פרומע]] [[ארטאדאקס|ארטאדאקסישע]] [[ייד|אידן]].
שורה 18 ⟵ 20:
 
== אגודת ישראל אין אמעריקע ==
לאנגע יארן האט ר'רבי [[משה שערער]] געפירט די אמעריקאנער אגודה. היינט איז ר' [[חיים דוד צוויבל]] דער עקסעקוטיוו וויצע־פרעזידענט.
 
== וועבלינקען ==