אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אגודת ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
[[בילד:Gimel Hebrew.svg|קליין| לאגא אגודת ישראל]]
 
==אגודת ישראל היסטאריע==
'''אגודת ישראל''' איז געגרינדעט געווארן אין [[קאטאוויץ]] [[י"א סיון]] [[ה'תרע"ב]] ([[1912]]) מיטן ציל צו קעמפֿן פאר תורה'דיגער אידישקייט, בעיקר אין [[פוילן]] און [[דייטשלאנד]]. פריער איז געווען אין פוילן די ארגאניזאציע ''אגודת שלומי אמוני ישראל''. די אגודת ישראל פארטיי אין פוילן פלעג שטעלן קאנדידאטן סיי פאר'ן [[סיים]] (פוילישער פארלאמענט) און סיי פאר די שטאטישע וואלן. פארשטייט זיך אז אגודת ישראל האט געהאט א ליסטע ביי די קהילה-וואלן אין די פארשידענע קהילות. צווישן די אגודת ישראל דעלעגאטן אין סיים זענען געווען [[אלכסנדער זושיא פרידמאן]] (מחבר פון [[דער תורה קוואל]]), הר"ר [[מאיר שפירא]] (לובלינער רב), הר"ר [[יוסף נחמיה קארניצער]] (קראקעווער רב) און הר"ר [[אהרן לעווין]] (ריישער רב).