אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שאך (שפיל)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון זאנוויל צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
אין תקציר עריכה
שורה 27:
מען לייגט די מענטשלעך אויפן טאוול אזוי: אין דער ערשטער רייע נאנט צו יעדן שפילער, פון דרויסן אריין:
 
* 2 ראכן (טורעמען) אויף די ווינקל קעסטלעך,
* דערנאך 2 לויפערס,
* לאחר מכן 2 פערד (ריטערס),
* אין די צוויי מיטעלע איבעריגע קעסטלעך: די קעניגין אין זייל ד', און דער קעניג אין זייל ה', דער סימן איז "קעניגין אויף איר קאליר" - די ווייסע קעניגין אויף א ווייס קעסטל און די שווארצע קעניגין אויף א שווארץ קעסטל (זעט אין בילד).
 
אין דידער צווייטער רייע פון יעדער זייט (רייעס 2 און 7) לייגט מען די סאלדאטפיאנען (סאלדאטן) פון עק צו עק (אויף אלע אכט קעסטלעך).
 
=== באוועגונג ===
ערשט דארף מען באשטימען וועלכער שפילער זאל שפילן ווייס און וועלכער שווארץ. אין פארמעסטן טוט דער ארגאניזירער באשליסן; אין פריוואטע שפילן מאכט מען א גורל, למשל, ווארפֿן א מטבע, אדער איינער באהאלט אין זיינע הענט א ווייסן פיאן און א שווארצן פיאן און זיין קעגנער קלויבט אויס א האנט. דער ערשטער וואס שפילט איז אלעמאל ווייס, און דערנאך שפילט יעדער איינער כסדר, באוועגנדיק איין מענטשל (אחוץ פון ראכירן, ווען מען באוועגט צוויי מענטשעלעך, דעם קעניג און א ראך). מען באוועגט א מענטשל אדער אויף א ליידיג קעסטל, אדער אויף א קעסטל וואס א קעגנדיגן מענטשל, וואס מען כאפט און נעמט אראפ פון טאוול. אחוץ איין אויסנאם ״ביים דורכגייען״, אלע מענטשעלעך כאפן ווען מען באוועגט זיי צום קעסטל וואס האלט א קעגנדיק מענטשל.
 
== ספעציעלע גאנגען ==