אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "השכלה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''השכלה''' איז געווען א יידישע באוועגונג אין [[אייראפע]] סוף דעם [[18טן יארהונדערט]] אין [[די נייע עפאכע|דער נייע עפאכע.]] זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אויפקלערן מיט דער [[גוי]]שער [[סביבה]] כדי צו קענען זייערע [[חכמה|חכמות]] און איינעמען זייערע וועלטלעכע ידיעות און צו זיין אויסגעמישט מיט די [[גוי]]ם. די השכלה באוועגונג איז געווען פאראלעל צו דער [[אויפקלערונג]] אין דער אלגעמיינער אייראפעישער געזעלשאפט.
 
דיטייל משכילים האבן זיך בעיקר פארלייגט אויף די לערנונגען פון דקדוק און [[תנ"ך]]. און דערפאר הערשט א שטארקער אומוויסנדיגקייט אין די ענינים ביי די חסידישע יודןיידן.
 
דער סאמער ערשטער משכיל ווערט גערעכנט [[משה מענדלסאן]], וואס ער האט איבערגעטייטשט די [[תורה]] קעגן די דעת פון געוויסע גדולי ישראל. לויט טייל, האבן זיינע קינדער און איינקלעך זיך גע'שמד'ט פארן נישט פאלגן די גדולי ישראל שבימיו<ref>(ר' עקיבא יוסף שלענזינגער אין זיין פי' אויפן צוואות החת"ס)</ref>. זיין איבערטייטש ווערט גערופן "ביאור". און ס'איז באקאנט אז דער חתם סופר האט געלאזט צוואה אז בספרי רמ"ד אל תשלחו יד, און ווי אנדערע צדיקים האבן שטארק מקפיד געווען דאס צו פארניכטן כאטש אויבנאויף איז דארט נישט געשטאנען קיין אפענע זאכן קעגן יודישקייטיידישקייט.
 
משה מענדלסאן (אדער משה דעסויער [אין קורצן רמ"ד] ווי מען האט אים גערופן) זעלבסט איז אפיציעל געווען א שומר תורה ומצוות, אבער זיינע נאכפאלגער די משכילים זענען געגאנגען א טריט ווייטער. זעהענדיג ווי דאס אידיש פאלק ליידט אסאך אין גלות ביי די גוים, האבן זיי געהאלטן אז אויב מען וועט זיך אויסמישן מיטן גוי, און זיין אזוי ווי אים, וועט זיי דער גוי נישט האסן, און עס וועט זיך אויפהערן דער [[אנטיסעמיטיזם|אנטיסעמיטיזים]].
שורה 17:
 
פון דעמאלטס אן רופט מען אן ביי די [[פרומע]] יודן, א מענטש וואס איז אויפגעקלערט און ער גייט נישט מיטן שפאן ווי די פרומע עהרליכע, ער איז א משכיל, אן אויפגעקלערטער.
 
== באקאנטע משכילים ==
 
* [[דוד פריזנהויזן]] (תקט״ז–תקפ״ח), דיין אין אונגארן, משכיל און מאטעמאטיקער
 
== זעט אויך ==