אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רייט ברידער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 12:
}}
[[טעקע:WrightBrothersHome.jpg|קליין|לינקס|רייט ברידער היים אין דעיטאָן אַרום 1900. ווילבור און אָרוויל האבן געבויט די באדעקטע [[גאניק]] אין די 1890ס.]]
די צוויי '''Wright ברידער''', '''Wilbur''' און '''Orville''' האבן אינאיינעם געוואוינט אין Dayton, [[אהאיא|Ohio]] אינאיינעם מיט א שוועסטער (א שוועסטער?! יא! אויך האבן זיי געהאט צוויי עלטערע ברידער, אבער די צוויי האבן געוואוינט עקסטער), זייער טאטע האט געדינט אלס א בישאף אין א [[קריסטליכע]] קירכע, זייער מאמע איז אין 1889 געשטארבן פון טובערקעלוזיס[[טובערקולאז|טובערקולאזיס]] און די משפחה האט זיך געפירט זייער אייגענעם לעבן אין א הייזל אין Dayton.
 
== פריע קאַריערע און פאָרשונג ==
אין א צופאל וואס האט מעגליך געטוישט די אויסגאנג פון היסטאריע, איז פאר Wilbur ארויסגעהאקט געווארן די אויבערשטע רייע פון [[ציינער]] ביי די 18 יאר בשעת'ן שפילן עפעס א [[ספארט]], און צוליב דעם האט ער אפגעלייגט זיינע פלענער פון גיין שטודירן אין א [[קאלעדזש]] נאר איז געבליבן כלוא בבית פאר די קומענדיגע דריי יאר און עווענטועל געגרינדעט א [[ביציקל]] שאפ אינאיינעם מיט זיין ברודער אין Dayton.
אין זייער זייטיגע צייט האבן זיי גענוצט די שאפ זיך אפצוגעבן מיט זייער האבי, וואס איז געווען צו ערצייגן פארגעשריטענע גליידערס צו קענען נוצן פאר געהעריגע טראנספארטאציע.
 
שורה 25:
== פליען ==
אין יאר 1899 האבן זיך די פאקטישע פראבעס אנגעהויבן, אמערסטנס אויף מיניטשור פראטא-טייפס פון גליידערס, און די גרעסערע האט מען געפירט ווי מ'פליעט מיט א קייט - אגעהאלטן דורך שטריק פון די אונטן.
זייער שטעטל אין אהייא איז נישט געווען די פאסיגע פלאץ וואו דורכצופירן זייערע טעסטס אויף די גרעסערע גליידערס, סיי די צושטופקייט פון די פלאץ און ווי אויך די ווינטן האבן נישט צאמגעשטעלט די בעסטע טעקסטשור פאר א טעסט סייט. אויף די ראהט פון נאציאנאלע וועטער עקספערטן האבן זיי אויסגעקליבן די בארטן-שטאט Kitty Hawk, North[[נארט Carolinaקאראליינע]] צו דורכפירן זייערע פראבעס.
די Wrights האבן אויך אין באטראכט גענומען די זאמטיגע בארטענעס אין Kitty Hawk וועלכע קענען דינען אלס א נאטורליכע קישן אין פאל פראבעס גייען נישט גוט.
 
אין Fall[[הערבסט]] פון 1900 האבן זיך די Wrights אריבערגעפעקלט קיין Kitty Hawk מיטשלעפנדיג זאפאסן פון מאטריאל אויף דעם לאנגן 650 מייל'יגן וועג.
די טעסט זענען געווען היפש סוקסעספול, זיי זענען מייסטנס געגאנגען אין די פיסטריט פון א בארימטן גערמאנישער גליידער-אינדזשעניר Otto Lilienthal נוצנדיג זיינע מאדעלן אבער מיט פעסטע אימפראוומענטס פון זייערע אייגענע חידושים.
זיי האבן זיך אומגעקערט אהיים מיט פרישע חשבונות וויאזוי צו פארבעסערן די גליידערס, ביי דעם שטאפל האבן זיי געהאלטן אז מיט ברייטערע פליגלען וועט עס האבן א בעסערע קאנטראל.
שורה 39:
 
זייער דריטע הערבסט פון פראבעס אין 1902 איז געווען א שטארקע סוקסעס און זיי האבן זיך שוין ערלויבט אליין צו פליען אין די גליידער ליגנדיג אויף די בויך מיטן פנים אראפ. זייער פריינט Chanute איז ווידער געקומען פון זיין וואוינארט אין שיקאגא מיטצוהאלטן די פראבעס און זיי אנגעהויבן שטופן זיך צו נעמען זוכן א פאסיגע מאטאר פאר זייער פלי-מאשין.
 
=== קראפט ===
ווי שוין געשריבן אויבן האבן זיך די Wrights נישט געיאגט מיטן געבן מאשין-קראפט פאר זייער גליידער, זיי האבן צום ערשט געוואלט זעהן אז ס'פליעט ווי ס'דארף צו זיין און ווערט אויסגעארבעט צו קענען פולשטענדיג קאנטראלירט ווערן דורך א מענטש וואס זיצט\ליגט דערין. אבער יעצט ווען Chanute האט זיי שוין רעקאמענדירט עס צו טוהן האבן זיי זיך גענומען צו די ארבעט. זיי האבן געוואוסט פונקטליך וואס זיי זוכן, אן ענדזשין מיט די מאקסימום קראפט צו קענען שלעפן דעם מאשין מיט א מענטש אין איר, אבער מיט די מינומום וואג כדי נישט צו פארשווערן אין די לופטן. זיי האבן זיך געוואנדן צו קאר פראדוצירער מיט זייער פארלאנג אבער האבן נישט אזוי שנעל געטראפן איינער וואס זאל קענען צושטעלן וואס זיי זוכן. במקום שאין איש האבן זיי זיך אליינס אראפגעזעצט און געשרין א בלו-פרינט פון אן ענדזשין פונקטליך לויט זייער חלום און געגעבן די ארבעט פאר זייערס אן ארבעטער אין די ביציקל-שאפ מיטן נאמען Charlie Taylor עס צו בויען.
טשארלי האט טאקע סוקסעספול באוויזן אהערצושטעלן דעם ענדזשין אין א קנאפע צוויי וואכן, און די Wrights האבן זיך געגרייט עס צו נוצן אינעם קומענדיגן פראבע-סעזאן, אינעם זומער פון 1903.
שורה 45 ⟵ 47:
ער איז שוין אבער אנגעקומען צו שפעט אינעם שפיל…...
 
=== ערשטער פּאַוערד פלי ===
פארלאזנדיג זייער שטוב אין סעפטעמבער פון 1903 ווען זיי שלעפן מיט זיך שטאף אהערצושטעלן א פול-איינגערישטע מאטאריזירטע גליידער, זענען די Wrights געווען זיכער ביי זיך אז אהיים קומען זיי שוין אלס געווינער. זיי האבן איבערגעלאזט ביי זייער עלטערע ברודער א פרעסס-קיט מיט אינפארמאציע, דאקומענטן און בילדער פון זייערע ערפינדונגען און אים אנגעזאגט אז ווען זיי שיקן א טעלעגראם אז זיי האבן דורכגעפירט א סוקסעספולע רייזע זאל ער עס אפטראגן צום לאקאלן Dayton journal אז ס'זאל געמאלדן ווערן.
די ערשטע פראבע אין די 1903 טעסט סעזאן איז נישט געווען סוקסעספול, די "Flyer" - ווי זיי האבן עס גערופן - איז געזונקען אין די זאמטיגע ערד.