אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרענומעראנטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''פּרענומעראנטן''' איז א אידישע ווארט צוזאמענגעשטעלט פון די [[פארזילבע]] 'פּרע' דער זאך-ווארט 'נומער' און דער [[נאכזילבע]] 'אנט'. אבער וואס איז איר באדייט? זייער איינפאך, דאס איז א ליסטע מיט נעמען פון מענטשן, געווענליך קאטעגארירט לויט זייערע וואוינערטער וועלכע האבן זיך פאראויס (פרע) איינגעשריבען (נומערירט) און באצאלט צו קויפן דעם [[ספר]] אדער בוך וועלכע לויטעט צו ערשיינען, און אזוי ארום געגעבן פארן פערפאסער פאראויס געלט (היינט איז דאס באקאנט טאקע אלס '''מעות קדימה''') מיט וואס ער זאל קענען צוגיין צום דרוק.
 
פרענומעראנטען, איז נישט מעות קדימה. פרענומעראנטען מיינט חותמים, וואס זענען זיך מתחייב צו קויפען דעם ספר ווען ס'וועט ארויס פון דרוק, אנדערש ווי געבען געלט פון פאראויס (מעות קדימה).{{הערה|אין דעם בוך פון דעם חפץ חיים זוהן, ווי ער באשרייבט זיין טאטענ'ס דריקען ספרים, און זיי פארקויפען, כדלהלן: "כשהשלים חיבורו נסע לכמה עירות לקבל פרענומראנטין וקבע מחיר הספר חמשים קאפ' בלי כריכה. '''אמנם לא לקח מעות קדימה כלל''', באמרו אולי יצא בתתוך כך מעירו, האם אוליך אחריו מעותיו במקום שהוא, או אם ח"ו יעדר, הלא עלי לדרוש אחרי יורשיו, וכששאלו אותו אם לא לקבל מ"ק, מדוע יענה בדרך כחו, לחנם. ויוציא הוצאות, ותשובתו היתה, כי אין לו כסף להדפסה, שתעלה קרוב לאלף רו"כ, ומוכרח הוא ללות כסכום הזה, ועל איזה סמך יקח ממון אחרים, אמנם כשהוא מקבל הבטחות שיקחו את ספרו, וכל אחד חותם בכת"י, בפנקס הפרענומראנטין, הוא מקוה כי לא יחזרו מהבטחתם ואין לבו נוקפו ללות.."}}
 
די מחברים האבן ארויסגעוויזען דאנקבארקייט פאר די 'פרענומעראנטן' מיט דעם וואס זיי האבן צוגעלייגט עטליכע -און צומאל מער- בלעטער אין זייער ספר אויסרעכענעדיג די נעמען פון די באשטייערער, אמאל איז דאס אונטער א קעפל פון 'מפרסמין עושי מצוה' אמאל איז דאס פשוט 'אלו האנשים אשר השתתפו' און צומאל דאס אויך נישט נאר דער ווארט 'פרענומעראנטן' טוט שוין דאס זייניגע איבערצוגעבן פארן דור אחרון, מי ומי ההולכים.