אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרענומעראנטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''פרענומעראנטןפּרענומעראנטן''' איז א אידישע ווארט צוזאמענגעשטעלט פון די [[פארזילבע]] 'פרעפּרע' דער זאך-ווארט 'נומער' און דער [[נאכזילבע]] 'אנט'. אבער וואס איז איר באדייט? זייער איינפאך, דאס איז א ליסטע מיט נעמען פון מענטשן, געווענליך קאטעגארירט לויט זייערע וואוינערטער וועלכע האבן זיך פאראויס (פרע) איינגעשריבען (נומערירט) און באצאלט צו קויפן דעם [[ספר]] אדער בוך וועלכע לויטעט צו ערשיינען, און אזוי ארום געגעבן פארן פערפאסער פאראויס געלט (היינט איז דאס באקאנט טאקע אלס '''מעות קדימה''') מיט וואס ער זאל קענען צוגיין צום דרוק.
 
די מחברים האבן ארויסגעוויזען דאנקבארקייט פאר די 'פרענומעראנטן' מיט דעם וואס זיי האבן צוגעלייגט עטליכע -און צומאל מער- בלעטער אין זייער ספר אויסרעכענעדיג די נעמען פון די באשטייערער, אמאל איז דאס אונטער א קעפל פון 'מפרסמין עושי מצוה' אמאל איז דאס פשוט 'אלו האנשים אשר השתתפו' און צומאל דאס אויך נישט נאר דער ווארט 'פרענומעראנטן' טוט שוין דאס זייניגע איבערצוגעבן פארן דור אחרון, מי ומי ההולכים.
שורה 17:
 
אלס א טייל פון א פראיעקט צו פאראייביגען 'יידישע מייסטער ווערק' האבן די [[יידישיסט]]ן פונעם '[[נאציאנאלער יידישער בוך צענטער]]'{{הערה|[http://www.archive.org/details/nationalyiddishbookcenter נאציאנאלער יידישער בוך צענטער]}} פאראייביגט טייל ביכער דורך זיי ארויפלאדענען אויף זייער וועב-זייט און דערונטער געגעבן די אפציע פאר אנדערע דאס אראפצולאדענען צו זיך אין קאמפיוטער. צווישן אנדערע האבן זיי ארויפגעלאדנט דעם דערמאנטן בוך פון קאגאן; ספר הפרענומעראנטען{{הערה|[http://www.archive.org/details/nybc212411 ספר הפרענומעראנטען]}} מיט די אפציע פון אראפלאדענען אין א [[PDF|פד"פ]] פארמאט{{הערה|http://www.archive.org/download/nybc212411/nybc212411.pdf}} שיהא יד הכל ממשמשים בה.
 
== מערקווירדיגע ביישפילן ==
;רביד הזהב
עס איז דא א ספר "רביד הזהב" ח"ב עה"ת, געדריקט געווארען אין פרמשילא בשנת תרל"ו. דע ספר האט אן א שיעור נעמען פין פולין אין אונגארין, ממש א חידוש אפילו פאר היינטיגע צייטען כ"ש דעמאלט.{{הערה|{{היברובוקס|גלרנטר, ישראל דב בר בן אברהם יוסף|רביד הזהב|32059|פרעמישלא, תרל"ו}}}}
 
;[[מוסדות תבל]]
גאר אן אינטערסאנטן ספר 'מוסדות תבל':{{הערה|1={{היברובוקס|ר' דוד ב"ר מאיר הכהן מפריזנהויזן|וויען, תק"פ|45855}}. די רשימה הייבט זיך אן [https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=45855&st=&pgnum=7 דף 7] מדפי היברו-בוקס}}
 
דער מחבר ר' דוד ב"ר מאיר הכהן מפריזנהויזן{{הערה|[https://yivoencyclopedia.org/article.aspx/Friesenhausen_David מער איבער דעם מחבר]}} איז מתחלה געווען א תושב אינעם דייטשען שטאט '[[פיורדא]]' וואס איר דעמאלטסדיגער רב הגאון ר' [[משולם זלמן הכהן]] בעל בגדי כהונה האט טאקע געגעבן א ווארימע הסכמה אויפן ספר, שפעטער האט זיך דער מחבר אריבערגעצויגען קיין אונגארן און זיך באזעצט אינעם באקאנטן שטאט '[[אוהעל]]' בימי כהונתו של ראש שושלת עצי התמרים הגה"ק בעל [[ישמח משה]] זצ"ל.
 
דער ספר איז געדרוקט געווארן אין שטאט 'וויען' בשנת תק"פ ולמספרם 1820 און פארמאגט 14 זייטן פון 'פרענומעראנטן' באשטייערער צום דרוקען פונעם ספר בעיקר פון אונגארן און אויך פון [[מעהרן]] ([[טשעכיי]]), וואס פון א היסטארישען שטאנדפונקט איז דאס אן אוצר בלום, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס זענען ממש פון די פריע יארן וואס אידנטום האט אנגעהויבן בליען און ווירבלען אין אונגארן, און דא האבן מיר די נעמען פון שטעט, זייער רבנים און איינוואונער פון יענע יארען.
 
דארט אינעם התנצלות פארציילט דארט דער מחבר א לאנגע געשיכטע, ער איז מסביר דארט פארוואס ער האט געדארפט צוזאמנעמען אזויפיל שמות חותמים וכו', ער האט זיך עפעס צוריבן מיט'ן ישמח משה זי"ע און ער שרייבט דערוועגן אביסל אנגעווייטאגט.
 
צווישען די נעמען פון גאונים ומפורסמים וועלכע ווערן נאך דערמאנט בחיים חיותם זענען אזעלכע תורה-ריזען און אנשי שם ווי;
 
* בעל ישמח משה - אוהעל
* בעל [[חתם סופר]] - [[פרעשבורג]]
* בעל [[ברוך טעם]] - [[לייפניק]]
* בעל [[מראה יחזקאל]] - [[טערצאל]] (מקום רבנותו מקודם)
* ה[[מהר"ם מינץ]] - [[אויבן ישן]]
* ר' [[שלום חריף]] - [[לאקענבאך]]
* ר' [[בונם איגר]] - [[מאטערסדארף]] (אחיו של [[עקיבא אייגער|הגרעק"א]])
* ה[[מהר"ם בנעט]] - [[ניקלשבורג]]
* הדיין ר' משה לייב צילץ - ניקלשבורג
* הדיין ר' [[דניאל פרוסטיץ]] - פרעשבורג (עם שאר הדיינים ואנשי שם משם)
* ר' יצחק איצק גריסהאבער בעל מקל נועם - [[פאקש]]
* ר' [[יצחק אייזיק טויב]] - ר' אייזיק'ל קאלובער - [[קאלוב]]
* ר' [[יעקב פיש]] - [[קאלוב]]
* ר' מאיר אברהם ליבערמאן - [[טשאבע]]
ולהבדיל:
* [[אהרן חארינער]] - [[אראד]]
 
== אין הלכה ==