אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרענומעראנטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 4:
 
== היסטאריע ==
די 'פרענומעראנטן' פארנעמען א ווערטפולע חלק אין '[[אידישע היסטאריע]]' וויבאלד א יעדער ספר פארמאגט דאך א [[דאטום]] אדער לכה"פ א יאר אין וועלכע זי איז געדרוקט געווארן, איז אז מ'שטעלט דאס צוזאם מיט די נעמען און וואוינערטער פון די 'פרענומעראנטען' קריגט מען ארויס א קלארע בילד פון די פארגאנגענהייט וועלכע גייט צוריק צומאל עטליכע הונדערט יאר און ווארפט א ליכט אויפן מענטשן; ווען ער האט געלעבט, וואו ער האט געוואונט, און אזוי ווייטער.
 
נאך אן ערשיינונג אין די רשימות וועלכע טראגט נישט א קלענערע חשיבות, זענען די ליסטעס פון [[בחורים]] ו[[ישיבה מאן|תלמידי הישיבות]] וועלכע האבן ארויסגעקראצט פון זייער ביסל געלט אנטייל צו נעמען אינעם דרוק פונעם ספר, ווער רעדט נאך אויב דער ספר איז געווען פון זייערס א [[רב]] אדער [[ראש ישיבה]] וואס דאן האבן אפי' אזעלכע בחורים נישט דוקא קיין ספעציעלע חובבי ספרים געטאן א נחת רוח פאר זייער רבי און זיך 'פרענומערירט' צום בעפארשטייענדיגען ספר, און פאר אונז צוגעשטעלט א שטיקל באגריף פון די ישיבה און אירע תלמידים בימים ההם.
 
עס האט שוין יעדערער וועלכער האט נאר אמאל געזוכט און גענישטערט אביסל אין זיין משפחה'ס פארגאנגענהייט, באגעגנט א נאמען פון א זיידען אדער א באקאנטן אין איינע פון די ליסטעס, דער פראבלעם איז אבער נעמליך; וואו הייבט מען אן? איך וויל זעהן וועלכע יאר מיין זיידע איז אריבער קיין הוידא-טעגלאש, ווען האט ער נאך געלעבט, אא"וו, אבער וואו רבוש"ע הייב איך אן? פון וואנעט זאל מען וויסען צווישען די הונדערטער-טויזענטער ספרים בלי גוזמא, וואו אפצוגעפונען א ליסטע וועלכע אנטהאלט אויך 'הוידא-טעגלאש' צווישען די פרענומעראנטן?
 
אמת, היינט צוטאגס איז דאס שוין עטוואס לייכטער מיט די ערשיינונג פון די קאמפיוטעריזירטע אוצרות און ביבליטאטעקן וועלכע שטעלן צו א זוך-אפציע (סוירטש-אפשאן) אפירצוזוכען ווערטער אין די ספרים, טייל פאר געלט ווי '[[אוצר החכמה]]' און אפי' אומזונסט ווי אונזער וואול-באקאנטער '[[היברובוקס|היברו-בוקס]]' באדיבות הרה"ח בונה עולמות של תורה ר' חיים ראזענבערג הי"ו, אבער אמאל איז דאך דאס אויך נישט געווען.
 
האט זיך גיעאוועט בשנת תשל"ה ולמספרם יארע 1975 א געוויסער [[בערל כהן]] אדער 'קאגאן' לויט אנדערע דיאלעקטן, אין אנדענק פון זיינס א זוהן וועלכער איז אינגערהייט אוועקגעריסען געווארן פון אים, און קארעגירט א ליסטע פון באלד ניין-טויזענט (9,000) ספרים, וואס ער האט געזאמעלט, און אראפגעשריבען די שטעט וועלכע ווערן דארט דערמאנט צווישען די 'פרענומעראנטען' און דאס צאמגעשטעלט אין א בוך אויסגעלייגט אינעם אלפעבעטישען סדר, שאפנדיג א ליסטע וועלכע איז לייכט צו נוצן, און געבנדיג דעם ערשטן שטויס-קראפט פארן זוכער וואו און אין וועלכיגען ספר דער נאמען פון 'הוידא-טעגלאש' ערשיינט, וואס מיט די ביסל אינפארמאציע קען זיך דער יעניגער שוין ווענדן צו א ווירקכליכער אדער היינט ווירטואלער אוצר-הספרים א זוך צו געבן צו זיין זיידענס נאמען איז טאקע נומערירט צווישען יענע באשטייערער.
 
דער ציפער '9,000' איז אוואו א טיפה מן הים קעגן אפי' נאר די אריבער פערציג-טויזענט ספרים וואס 'היברו-בוקס' שטעלט היינט צוטגאס פאר, און ווער רעדט קעגן די פערטל-מיליאן ספרים וואס דער [[חב"ד'סקער ביבליאטעק]] אין קראון-הייטס פארמאגט, אבער דאך איז דאס אין זיינעם צייט באטראכט געווארן ווי א מייסטער-ווערק און האט ארויסגערופען אסאך רעספעקט און עהרע ביי פארשער און גענעלאגען.
 
אלס א טייל פון א פראיעקט צו פאראייביגען 'יידישע מייסטער ווערק' האבן די [[יידישיסט]]ן פונעם '[[נאציאנאלער יידישער בוך צענטער]]' פאראייביגט טייל ביכער דורך זיי ארויפלאדענען אויף זייער וועב-זייט און דערונטער געגעבן די אפציע פאר אנדערע דאס אראפצולאדענען צו זיך אין קאמפיוטער.
 
צווישען אנדערע האבן זיי ארויפגעלאדנט דעם דערמאנטן בוך פון קאגאן; ספר הפרענומעראנטען מיט די אפציע פון אראפלאדענען אין א פד"פ פארמאט שיהא יד הכל ממשמשים בה.
 
== אין הלכה ==