אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Tosherrebbeincoat.jpg|קליין|מרכז| טאשהר רבי]]
[[בילד:Rebbe tosh.jpg| אדמו"ר מטאהש זצ"ל|קליין|250px]]
רבי '''משולם פייש סג"ל לאָווי''' ([[ג' ניסן]] [[תרפ"א]] - [[כ"ז אב]] [[תשע"ה]]) ([[אונגעריש]]ער נאמען: '''Lőwy Ferencz''') איז געווען דער פערטער [[אדמו"ר|רבי]] פון דעם [[טאהש (הויף)|טאהשער הויף]]. ער האט אויפגעשטעלט [[קרית טאהש]], [[קאנאדע]], וואו ער האט געוואוינט, און איז געווען איינער פון די לענגסטער פירנדע רביים אין זיינער צייט, ער האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטווע אומגעפער ארום תש"ח. ער האט זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום חסיד'ישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. און ער איז געווען א היסטארישער בעל [[צדקה]]. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן. דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווען באליבט און פארהייליגט ביי אלע שיכטען און שאטירונגען פון כלל ישראל. ער איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל, און האט ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש. טאהשער רבי איז געווען פון די לעצטע פארבליבענע צדיקים קדושים שעבד את קונו בסילודים כחד משרפי מעלה. א געטליכער געשטאלט און א ריכטיגן דמות פון איינער פון די פריערדיגע תלמידי בעש"ט נבג"מ. ווער עס האט נאר אמאל געזען דעם צדיק פלעגט פארכאפט ווערן אין א רגש של תענוג פון די לעכטיגע שטראלנדע אויגן וואס האבן געלאכטן כעיני השמש. טויזנטער אידן פלעגן שטראמען צו אים פאר ישועות ורפואות.