אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים יוסף דוד אזולאי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
[[טעקע:Chaim Yosef David Azulai.jpg|קליין|250px|הרב חיים יוסף דוד אזולאי]]
הרב '''חיד"א''' איז ראשי תיבות '''חיים יוסף דוד אזולאי''' (ה'תפ"ד 1724 - [[י"א אדר]], [[ה'תקס"ו]] 1806) דאס איז דער באקאנטער [[ספרדים|ספרדישער]] גדול און [[אדם השלם]] וואס האט באלייכט דאס ספרדישע [[אידנטום]] מיט זיין [[תורה]], [[קדושה]], [[חכמה]], [[פקחות]].
 
דער חיד"א האט מחבר געווען צענדליגע [[ספרים]] אויף אלע [[מקצועות]] התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט.
שורה 13:
 
 
דער חיד"א האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, מען האט געהאט פאר אים א ספעציעלער הדרת כבוד, ער שרייבט אז זייענדיג אין טריאסטי זענען די אידן אזוי נתפעל געווארן פון אים אז מען האט איעהם געברענגט א ספעציעלן שטוהל ער זאל זיך זעצען און מענטשן האבן אים געטאראגן אין בית המדרש. (מעגל טוב ע' 78). ער שרייבט אז אין אמסטטערדאם האט ער געהערט ווי אין פארשידענע שטעט האבן אסאך פארציילט פון זיין גרויסקייט. אויך אסאך גוים און גרויסע הערן פלעגן אים קומען באזוכן און הערן פון אים קלוגשאפט, איינמאהל זייענדיג אין טורינו איז געקומען צו אים דער אמבעסאדער פון פראנקרייך מיט א דעלעגאציע אים באזוכן. אויך גרויסע עשירים סוחרים און באנקירין זענען אים געקועמן באזוכן מיט כבוד (מעגל טוב ע' 173). און נרבונה זענען געקומען אלע שרים און הערין פו שטאט באזוכן, מיט זייער ווייבער, אים צו זיין "זיי האבן מיט געגעבן גרויס כבוד" (מעגל טוב ע' 134).
 
== זיינע גרויסע זיידעס און עלטערן ==