אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הרוגי מלכות פונעם ראטנפארבאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
 
שורה 1:
 
אויף דערדי נאכט פון [[12טן אויגוסט|12טן]]- 13טן אויגוסט [[1952]] האט מען [[הינריכטונג|הינגעריכט]], אויפן באפעל פון [[סטאלין]], דרייצן אנגעזעענע [[יידיש]] ־[[שרייבערסשרייבער]] פון [[סאוועטן פארבאנד]]. צווישן די '''[[הרוגי מלכות]]''' האבן זיך געפונען [[שלמה לאזאווסקי]], [[פרץ מארקיש]], [[לעאן טאלמי]], [[לייב קוויטקא]], טשײַקע וואטענבערג-אָסטראָווסקאיא, עמיליע טעומין, בנימין זוסקין, איליא וואטענבערג, [[יוסף באריס שימעלאוויטש]], יוסף יוזעפאוויטש, [[דוד האפשטיין]], [[איציק פעפער]] און [[דוד בערגעלסאן]]. אויף [[רוסיש]] הייסט די נאכט '''Ночь казнённых поэтов''', ''די נאכט פון די הינגעריכטע דיכטער''.
 
חוץ די דאזיקע [[שרייבער]]ס, וואס מע האט כלומערשט "געמישפט" אויף א צענטארלן פראצעס, זיינען דערצו נאך ארעסטירט געווארן סך-הכל 110 מענטשן. "צען פון זיי האט מען דערשאסן, 89 געשמאכט אין "גולאג", איין מענטש איז פארשיקט געווארן צו די ווייסע בערן. פינעף מענטשן -- אזעלכע ווי דער ליטעראטור-קענער יצחק נוסינאוו און און דער שפראכקענער עלי ספיוואק -- האבן ניט אויסגעהאלטן די פייניקונגען און געשטארבן אין תפיסות. פינעף מענטשן האט מען ניט באוויזן צי פארמישפטן (צווישן זיי איז געווען דער פראזאיקער עלי שעכטמאן), און זייי האט מען ארויסגעלאזט אין קורצן נאך סטאלינס טויט." ([[גענאדי עסטרייך|ג. עסטרייך]], [[פארווערטס]], 13טן אויגוסט, 2004).