|
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג |
די '''World Wide Web''' (גערופן קורץ די '''Web''' אדער מיט ראשי תיבות '''WWW'''; אויף יידיש: וועלט־וועב) איז א צוזאמענשטעל פון פארבונדענע [[היפערטעקסט]] דאקומענטן וואס מ'רופט "וועב בלעטער", וואס אנטהאלטן אנדערע רעסורסן ווי בילדער און ווידעאס. דער צוטריט צו דער וועב איז דורך דער [[אינטערנעץ]].
אין א וועב בלאט זענען געוויסע ווערטער אדער פראזעס זענען פארבונדן מיט אנדערע בלעטער דורך היפערטעקסט. מען ליינט וועב בלעטער מיט א [[בלעטערער]], וואס ווייזט דעם בלאט און די געלינקטע ווערטער אויפן עקראן.
די טאטאליטעט פון וועב בלעטער אויף איין סוביעקט אונטער איין פארוואלטערשאפט און אין איין [[אינטערנעץ]] געביט ווערט גערופן א [[וועבזייטל]].
== היסטאריע פונעם וועב ==
דער ערפינדער פון דעם World Wide Web איז געווען [[טים בערנערס-לי]]. ער האט פארגעשלאגן א פראיעקט פאר א וועב פון דאקומענטן וואס מען באקוקט מיט [[בלעטערער]]ס דורך א [[קליענט-דינער]] ארכיטעקטור.
|