אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עדת יראים וויען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
 
שורה 4:
די וויענער קהילה איז פאָרמאל געגרינדעט געוואָרן אין [[וויליאמסבורג]] אין תש״א (זונטיק, דעם 25סטן מיי 1941) דורך קלונימוס ריכטער. זי איז באשטאנען פון אַן עולם פון [[אויבערלענדער יידן|אויבערלענדער]] און [[יעקע|יעקישע יידן]] וואָס זענען געקומען פון [[בורגנלאנד]], [[עסטרייך]] (בפֿרט פון די [[שבע קהילות]]), [[סלאוואקיי]] און [[אונגארן]] (אויבערלאנד) קיין וויען (הויפּטקוואַרטירנדיג זיך אין דער באַרימטער [[שיפשול]]) און דערנאָך קיין [[וויליאמסבורג, ברוקלין|וויליאמסבורג]] אונטער דער פירערשאפט פון הרב [[יונתן שטייף]].
 
זיי האבן אפגעקויפט דעם [[טעאטער]] אויף [[ליעלי עוועניו|לי עוועניא]], און מקדש געווען אלס א [[בית הכנסת]], און געדאווענט [[נוסח אשכנז]].
 
ר' [[אשר אנשיל כ"ץ]] דער איצטיגער רב האט פארוואנדלט די [[קהילה]] אין א [[חסידות]], מען דאווענט שוין היינט דארט [[נוסח ספרד]], ווי אויך האט ער געלייגט [[מזוזות]], און ער פירט דארט [[טיש (חסידות)|טיש]].
 
==רבנים==
די [[רבנים]] פון דערדי קהילה ווערן אויפגענומען דורך [[וואלן]].
 
דער ערשטער רב, רבי [[יונתן שטייף]], איז נפטר געווארן תשי"ח, און איז געווארן איבערגענומען דורך רבי [[עזריאל יהודה לעבאוויטש]] (הודהאזער רב). נאך זיין פטירה דעם ערשטן טאג ראש השנה תשנ"ב איז ער איבערגענומען געווארן דורך דער דעם איצטיקן וויענער רב הרב [[אשר אנטשיל כ"ץ|אשר אנשיל כ"ץ]].