אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל סקול דיסטריקט"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
פון דער אנדערער זייט זענען דא רבנים וגדולי תורה וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צו דער מיינונג פונעם סאטמארער רבי'ן אז עס איז להלכה נישט קיין שום פראבלעם, ווי הגאון רבי [[משה ניישלאס]] דער רב פון סקווירא וועלכער האט געשריבן א בריוו אז ער האט פערזענליך באזוכט אין דעם מוסד און עס איז נישט דא קיין שום חשש, אויך רבי [[נתן געשטעטנער]] בעל להורות נתן פון [[בני ברק]] וועלכער האט געשריבן א תשובה להלכה להיתר, הגאון רבי [[משה שטערנבוך]] ראב"ד פון דער עדה החרדית, און אזוי איז אויך די מיינונג פון הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי.
 
דער רב פון קרית יואל האט דעמאלטס געהאלטן אין איין שרייען אז ער איז מוכן ומזומן זיך מפלפל צו זיין מיט יעדעם איינעם איבער דעם ענין און אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט עפ"י הלכה, און קיינער איז נישט געקומען צו אים זיך טענה'ען און הערן זיין מיינונג, וואס דאס וואלט געווען די מינימאלסטע זאך צו קומען צום לאקאלן שטאט'ס רב און הערן וואס ער האט צו זאגן, לעומת זה האבן די אנדערע ג'טענהט אז די צד שכנגד זענען אסאך מער, און עלטרע רבנים און זיי דארפן זיך נישט אראפ-לאזן און זיך קומען אויס טענה'ן.
 
למעשה, קוקט דאס אויס ווי א געהעריגער [[אידישער]] [[חדר]] אדער [[שולע]], טרעפנדיג זיך אויסריידן אויף יעדער זאך פארוואס עס איז [[לעגאל]] אויסגעהאלטן, צום ביישפיל פאר [[פסח]] לערנט מען מיט די קינדער [[יציאת מצרים]] מיטן אויסרייד אז עס איז "[[היסטאריע]]" און נישט דוקא [[רעליגיע]].
82

רעדאקטירונגען