אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער איד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 9:
שפעטער האט דער [[סאטמארער רבי]] ר' [[יואל טייטלבוים]] געשטעלט ר' [[בערל פרידמאן]] זון פון ר' [[ליפא פרידמאן]] אלס רעדאקטאר.
 
[[דער איד]] איז יאר לאנג געווארן געדרוקט דורך [[דייטש פרינטינג]], וואס איז אנגעפירט געווארן דורך ר' [[סענדר דייטש]]. ר' סענדער איז אויך געווען איר לאנג יעריגער רעדאקטאר.
 
אין די אנהייב 80'ער יארן האט [[משה גבאי]] אינוועסטירט טויזענטער דאלארס, און איבערגענומען, לויט די ארונים, דאס גאנצע [[ווירטשאפט]] דערפון. ממילא דינט דאס די אינטערעסן פון די [[זאליס]] אנטקעגען ר' [[אהרן טייטלבוים]], נאכדעם וואס דער איד האט אים געבויט פאר די פארטייאישע ליינער יארן לאנג.
 
[[דער איד]] איז פאר 40 יאר געווען די איינציגסטע "אידישע צייטונג" פאר חרד'שידע אידן אין אמעריקע. אין 1986 האט ר' [[אברהם פרידמאן]] זון פון [[ליפא פרידמאן]] איבערגעלאזט [[דער איד]] און האט זיך געעפנט אן אייגענעם צייטונג מיט'ן נאמען [[די צייטונג]].
 
און יאר תש"ס, עטוואס נאך די [[סאטמארע מחלוקה]] האט אויסגעבראכן, האבן די [[אהרונים]] געעפנט אן אייגענעם צייטונג [[דער בלאט]], וואס האט זיך ערווארבן פאר אן ערענסטע קאנקורענץ פאר דער איד ביזן היינטיגן טאג.
 
און א פראוו צו אונטערברענגען [[דער בלאט]], האט דער איד פאבליצירט אין זייער צייטונג אן אנגעבליכע בריוו פון סאטמארע רבי, אז ער אסר'ט אלע סאטמארע חסידים צו ליינען [[דער בלאט]].
 
די [[אהרונים]], וואס ווי באקאנט, זענען אלס געווען די לויאלע חסידים פון רבי'ן, האבן זיך אויסגעלאכט דערפון, זאגענדיג אז דער איסור קען מען צולייגן צו די לאנגע ליסטע פון געפעלשטע בריוון און בעפעלן פון רבי'ן מ'כלומרשט קעגן זיינע געטרייע חסידים. די אהרונים געבן אן א געשיכטע אז [[משה פרידמאן]], דער הויפט פיגור קעגן די אהרונים, האט דעמאלטס גאראנטירט אז ביז א דריי חדשים וועט [[דער בלאט]] אונטערגיין.