אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שאך (שפיל)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נאך א פאראגראף
אין תקציר עריכה
שורה 15:
== היסטאריע ==
פונקטלעך ווען די שפיל איז פארפאסט געווארען איז נישט באוואוסט אבער רוב [[היסטאריקער]] האלט אז מען האט געשפילט שאך צום ערשטן מאל אין צפון [[אינדיע]] געגנט אין דער תקופה פון דער [[גופטא אימפעריע]] אינעם [[6טער י"ה|6טן יארהונדערט]]. דער שפיל האט אנגעהויבען צובאקומען איר באוויסטהייט אין אייראפע אונם אכטצען יאר הונדערט נאכדעם וואס די מארינס פון פרס האבן אינוואדירט [[שפאניע]].
 
== גרונטלעכע באגריפן אין שאך ==
{| class="toccolours" style="float: left;margin-right: 0.5em"
|{{שאך דיאגראם|fen=rnbqkbnr/pppppppp/8/8/8/8/PPPPPPPP/RNBQKBNR|align=tleft}}
|-
|מצב ביים אנהייב פון א שאך שפיל
|}
דער [[שאך טאוול]] איז צעטיילט אין 64 קעסטלעך, אין אכט רייען נומערירט פון 1 ביז 8 און אכט זיילן באצייכענט א' ביז ח', אדער a ביז h (פון לינקס אויף רעכטס), קאלירט מיט די קאלירן [[שווארץ]] און [[ווייס]] לסירוגין (אדער אין אלגעמיין, א העלער קאליר און א טונקלער קאליר) - אלע פיר שכנים פון א ווייס קעסטל זענען שווארצע קעסטלעך און אזוי אויך פארקערט. דעם טאוול שטעלט מען כדי דאס רעכטע קעסטל אין דער ערשטער רייע נאנט צו יעדן שפילער איז ווייס.
 
=== לייגן די מענטשלעך ===
מען לייגט די מענטשלעך אויפן טאוול אזוי: אין דער ערשטער רייע נאנט צו יעדן שפילער, פון דרויסן אריין:
 
* 2 טורעמען אויף די ווינקל קעסטלעך,
* דערנאך 2 לויפערס,
* לאחר מכן 2 פערד (ריטערס),
* אין די צוויי מיטעלע איבעריגע קעסטלעך: די קעניגין אין זייל ד', און דער קעניג אין זייל ה', דער סימן איז "קעניגין אויף איר קאליר" - די ווייסע קעניגין אויף א ווייס קעסטל און די שווארצע קעניגין אויף א שווארץ קעסטל (זעט אין בילד).
 
אין די צווייטער רייע פון יעדער זייט (רייעס 2 און 7) לייגט מען די סאלדאט פון עק צו עק (אויף אלע אכט קעסטלעך).
 
== ספעציעלע גאנגען ==