אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייוועלט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
 
== אינהאלט ==
די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום לצנותליצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט, אדרבא איינע פון די מאטא'ס פון די וועב-סייט איז צו ארויסברענגען ווי גוט און געשמאק עס איז צו זיין א תורה טרייער איד.
 
אויך איז די גאנצע סייט אויסגעשטעלט ווי א ווערטואלע קהילה, שטעטל און - פארשטייט זיך - קרעטשמע, א גאטונג ווי קליינע קינדער שפילן 'הויז', אבער אויף א געשמאקע הומאריסטישע אטמאספערע. צום ביישפיל עס איז דא דארט א ארענדאר וועלכע פירט אן די סייט, א דיין וועלכע רופט זיך "סאכדעס", א "קרעמער" וועלכע פאררופט זיך צו זיין דער מייסד, א ראש הקהל פאר וועלכע מען מאכט וואלן, א סעקרעטאר א מאשקע וואס סערווירט די קרעטשמע קונדן,ווי מען וויצלט זיך איינעם דעם אנדערן, עס קומען פאר וואלן פאר די פאזיציעס, אויך איז דא ווערטואלע צימערן (אשכולות) א צימער ווי מ'דאווענט, א רואיגע צימער, א היציגע צימער, א פריוואטע צימער, א עסן צימער, א מיטוואך צימער, וכדומה.
אויך הערשט דארט א מורא'דיגע אחדות, ווי נאר עס קומט אן א פרישער באזוכער אנטפאנגט מען איהם מיט א ווארעמע שלום עליכם, יעדער קאמפלימענטירט זיך איינעם דעם אנדערן.
 
עס פארמאגט פארומס אויף פארשידענע טעמעס וואס פאראינטערעסירט דעם חרדישן אידנטום.
;די היימישע קרעטשמע:
* אידישע און וועלטליכע [[נייעס]] – באריכטן און [[אנאליז]]ן
* היימישע דזשורנאל – עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
* היימישע קרעטשמע – געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
* היימישע פארברענגן – גריסן און שמועסן
* זכור ימות עולם – אידישע און אלגעמיינע [[היסטאריע]]
* [[שפראך]], [[גראמאטיק]] און [[דקדוק]]
* היכל הנגינה – [[ניגונים]] און [[זינגער]]ס
* היימישע [[אויסגאבע]]ס און נייעס קוועלער
;בית המדרש דקהלתינו
* שיעורי הקהילות – שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה
* ידיעות התורה – הפוך בה דכולה בה
* על הצדיקים ועל החסידים – תולדות ו[[סיפורי צדיקים]] וחסידים
* ועל פליטת בית סופריהם – איבער ספרים און מחברים
;איש את רעהו יעזורו
* ולאחיו יאמר חזק – עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
* [[ביזנעס]] – ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
* קאמפיוטער און פראגרעמינג – אלעס איבער [[קאמפיוטער]], און [[קאמפיוטער פראגראם]]ס
* [[טעכנאלאגיע]] און [[ערפינדונג|ערפינדונגען]]
* בילדער, [[גראפיקס]] און [[דעזיין]]
 
== פרינציפן ==