אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

9,085 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 חודש
מ
Reverted 5 edits by 83.123.197.49 (talk) to last revision by ZI Jony (TwinkleGlobal)
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
מ (Reverted 5 edits by 83.123.197.49 (talk) to last revision by ZI Jony (TwinkleGlobal))
טאַג: אַנולירן
{{אנדערע באדייטן|דאס= דעם שטאַט אין מיטל מזרח}}
{{מדינה
| נאמען = מדינת ישׂראל
| שטאַט = שטאַט פון ישׂראל
| פאן בילד = Flag of Israel.svg
| סימבאל בילד = Coat of arms of Israel.svg
| מאפע = Israel Map by The Legal Status of The Territories-4.svg
| זינגליד = [[התקוה]]
| קאנטינענט = [[אזיע]]
| אפיציעלע שפראך = [[העברעאיש]]
| הויפטשטאט = [[ירושלים]]
| קאנטראלע = [[דעמאקראטיע]]
| פרעזידענט = [[רובי ריוולין]]
| פרעמיער מיניסטער = [[בנימין נתניהו]]
| גרינדונג דאטום = פון [[פאראייניגטע קעניגרייך|פאראייניגטן קעניגרייך]]{{ש}} [[14טן מיי]] 1948
| וועלט גראדונג פלאך = 149
| פלאך מאס = 20,770
| פראצענט וואסער = 2.0%
| וועלט גראדונג באפעלעקרונג = 99
| באפעלקערונג צאל = 9,136,000<ref>[בפתחה של שנת 2020 - יותר מ-1.9 מיליון תושבים במדינת ישראל https://www.cbs.gov.il/he/mediarelease/DocLib/2019/413/11_19_413b.pdf]</ref>
| באפעלקערונג יאר = 2019
| באפעלקערונג ענגקייט = 410
| וועלט גראדונג פראדוקט ווערדע = 50
| פראדוקט ווערדע = $202.562 ביליאן
| וואלוטע = [[ניי-שקל]] ₪
| צייט זאנע = 2+
| אינטערנעט דאמיין = il
| טעלעפאן קאד = 972
| באמערקונגען =
}}
[[טעקע:MiddleEast.A2003031.0820.250m.jpg|קליין|]]
[[טעקע:BritishMandatePalestine1920.png|קליין|]]
[[טעקע:Satellite image of Israel in January 2003.jpg|קליין|מדינת ישראל און די מערב ברעג]]
'''מדינת ישראל''' איז אַ [[דעמאקראטיע|דעמאקראטיש]] [[לאנד]] אין [[מיטל מזרח]], אויפן מזרח בארטן פונעם [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]]. דאס לאנד איז געגרינדעט [[ה'תש"ח]] (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם [[בריטישער מאנדאט|בריטישן מאנדאט]]. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל [[פאלעסטינע]] [[אראבער]], [[בעדואינער]], [[דרוזן]], און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז [[ירושלים]].
 
ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט [[בערג]], [[מדבר]]ות, [[בארטן|בארטנס]], [[טאל]]ן און [[פלוין|פלוינען]]. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.
 
אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.
 
דער שטאַט '''מדינת ישראל''', געגרינדעט [[ה'תש"ח]] (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד '''[[ארץ ישראל]]''', דאס [[אידישע]] [[לאנד]] אין [[מערב]] [[אזיע]]. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער [[רעליגיע]], איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען '''ישראל'''.
 
מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.
 
די [[פאלעסטינע|פאלעסטינער]] [[אראבער]] פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון [[יהודה און שומרון]] (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א [[פּאַלעסטינע]]ר שטאַט.
 
געוויסע [[פרומע]] [[ייד]]ן דענקען אז די '''מדינה''' וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן [[משיח|משׁיח]] וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון [[גלות]] און זײַ אַרויפברענגען אין [[ארץ ישׂראל]].
== היסטאריע ==
 
די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס [[צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק]] דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.
 
== עטימאלאגיע ==
ישראל איז א טייל פון [[ארץ ישראל]], דאס לאנד וואס די יידן האבן גענומען פון די כנענים. דאס לאנד הייסט אזוי ווייל דאס פאלק ישראל נעמט זיין נאמען פון ישראל, וואס איז איינער פון די נעמען פון [[יעקב אבינו]].
 
== היסטאריע ==
=== ארץ ישראל ===
דער באגריף [[ארץ ישראל]] ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, [[אברהם אבינו|אברהם]], [[יצחק אבינו|יצחק]] און [[יעקב אבינו|יעקב]].
דער ערשטער קעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען [[שאול המלך]], אין יאר [[ב'תת"ן]] {{קליין|(בערך)}}. נאך [[שאול המלך]] האבן [[דוד המלך]] און [[שלמה המלך]] געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך [[רחבעם]], זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער [[מלכות יהודה]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און [[ירבעם בן נבט]] האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע [[מלכות ישראל]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".
 
די גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר [[ה'תש"ח]] איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון [[שבט יהודה]] און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן [[ארץ ישראל]].
 
דער [[רמב"ם]] שרייבט<ref>הלכות מלכים ומלחמות פרק י"א הלכה ד</ref> אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית_דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן 'אלע' יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער [[בית המקדש]], דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער מדינת ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.
דער
 
=== מדינת ישראל ===
{{הויפט ארטיקל|היסטאריע פון מדינת ישראל}}
 
== געאגראפיע ==
3

רעדאקטירונגען