אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "די אריסטאקעץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
|רעזשיסאר=וואלפֿגאַנג רייטערמאַן
|פראדוצירער=ווינסטאן היבלער{{ש}}וואלפֿגאַנג רייטערמאַן
|שטימע אקטיארן=[[פיל האריס|פֿיל האַריס]]{{ש}}עוואַ גאַבאר{{ש}}הערמייאני באַדעליבאַדלי{{ש}}גערי דובין{{ש}}דין קלאַרק{{ש}}[[סטערלינג האלאוויי|סטערלינג האָלאָוויי]]{{ש}}ראָדי-מאָד מאָד-ראָקסבי{{ש}}ליז אינגליש
|מוזיק=דזשארדזש בערנס
|סטודיא=וואלט דיזני אַנימאַציע סטודיאס
שורה 16:
|הכנסות=$191 מיליאָן
}}
'''די אַריסטאָקעץ''' ([[ענגליש]]: ''The Aristocats'') איז אן [[אנימאציע|אנימירטער]] [[מוזיקפילם]] פון 1970. ער איז פראדוצירט געווארן דורך [[וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס]] און באפרייט געווארן דורך [[וואלט דיזני פילמען]] . ער איז דער 20סטן וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג. דער פילם איז באזירט אויף א מעשה פון טאם מאַקגאוען און טאם ראו וועגן א פאמיליע פון אַריסטאקראַטישע קעץ. זיי ווערן אוועקגעכאפט דורך זייער גיריקער דינער עדגאַר, וואס וויל באקומען דאָס רייַכטום וואס די אייגנטימערין פון די קעץ האט געלאזט פאר זיי אין איר צוואה. א געסל-קאָטער מיטן נאמען טאָמעס אָמאַלי העלפט זיי קומען צוריק אהיים און אויך באַזיגן עדגאַר. נאָך דעם ווערט אָמאַלי א טייל פון די פאמיליע. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך וואלפֿגאַנג רייטערמאַן און האט די שטימעס פון עוואַ גאַבאר, הערמייאני באַדעליבאַדלי, [[פיל האריס|פֿיל האַריס]], דין קלאַרק, [[סטערלינג האלאוויי|סטערלינג האָלאָוויי]], סקאַטמאַן קראָטערס און ראָדי-מאָד מאָד-ראָקסבי.
 
אין 1962 האט "די אַריסטאָקעץ" אנגעהויבן אלס אן אריגינעלער שריפט פאר א צוויי-טייליקער [[לייוו אקציע|לייוו אַקציע]] עפיזאד פון "וואלט דיזני'ס וואונדערלעכע וועלט פון קאליר". ער איז אנטוויקלט געווארן דורך די שרייבער טאם מאַקגאוען און טאם ראו און פראדוצירער האַרי טייטל. נאָך צוויי יאר פון איבערשרייבן האט [[וואלט דיזני]] געזאגט אז דער פראיעקט זאל ווערן געמאכט אלס אן אנימירטער פילם. דער פראיעקט איז אָפּגעלייגט געווארן ווייל "[[דאס בוך פון דזשאנגל (1967 פילם)|דאָס בוך פֿון דזשאַנגל]]" איז נאך געווען אין פראדוקציע. ווען "דאָס בוך פֿון דזשאַנגל" איז כמעט פארענדיקט געווארן האט דיזני געווידמעט קען ענדערסאן צו אנטוויקלען "די אַריסטאָקעץ". דאס איז געווען דער לעצטער פילם פראיעקט וואס וואלט דיזני האט באשטעטיקט איידער זיין טויט דעם 15טן דעצעמבער 1966.
 
== געשיכטע ==
דער פילם פאסירט אין פאריז אינעם יאר 1910. א מוטער קאץ מיטן נאמען דאַטשעס ("פֿירשטין") און אירע דריי קעצלעך מערי, בערליאז און טולוז זענען באַשערט צו באקומען דאָס רייַכטום פון זייער אייגנטימערין נאָך איר טויט. אבער זייער ענגלישער דינער עדגאַר וויל דאס פֿאַרמיידן און פלאנירט צו דערווייטערן די קעץ.
 
עדגאַר לייגט שלאָפֿמיטלען אין זייער אוונט מאלצייט. ביי נאכט פלאנירט ער צו לאזן זיי אינעם דאָרפֿישער געגנט. צוויי יעגער-הינט (נאַפּאָלעאָן און לאַפֿייעט) באַפֿאַלן אים און די קעץ ווערן אריינגעזעצט.
 
ביים מארגן טרעפֿן זיי מיט א קאָטער פון די געסלעך מיטן נאמען אברהם דע לייסי דזשוזעפּע קייסי טאָמעס אָמאַלי (גערופֿן נאר טאָמעס אָמאַלי). ער העלפט זיי אויף זייער וועג צוריק אהיים און אויך דערלויבט זיי צו בלייבן מיט אים און זיינע פריינט.
 
ענדלעך קומען זיי צוריק אהיים, אבער עדגאַר כאַפּט זיי ווידער אין א זאַק און פלאנירט צו שיקן זיי קיין [[טימבוקטו]], [[אפריקע]]. אָמאַלי, סקאַט קאַט און זיין באַנדע, רוקפֿאָר די מויז און פֿרו-פֿרו די קליאַטשע קעמפֿן קעגן עדגאַר. רוקפֿאָר באַפֿרייט דאַטשעס און די קעצלעך. לסוף ווערט עדגאַר געוואָרפֿן אריין אין די קאַיוטע, געשלאָסן אריין און געשיקט קיין טימבוקטו אנשטאט די קעצלעך. די צוואה פון מאַדאַם אַדלייד ווערט רעדאקטירט צו פֿאַרבייטן עדגאַר מיט אָמאַלי, און אַדלייד גרינדעט א צדקה פֿונדאַציע וואס געבט א דאַך צו אלע די קעץ אין פאריז.
 
== שטימע אקטיארן ==
* עוואַ גאַבאָר אַלס דאַטשעס (געזאַנג שטימע: ראָבי לעסטער)
* [[פיל האריס|פֿיל האַריס]] אַלס טאָמעס אָמאַלי (פֿולער נאָמען: אברהם דע לייסי דזשוזעפּע קייסי טאָמעס אָמאַלי)
* ליז אינגליש אַלס מערי
* גערי דובין אַלס טולוז
* דין קלאַרק אַלס בערליאָז
* ראָדי מאָד-ראָקסבי אַלס עדגאַר באַלטאַזאַר
* סקאַטמאַן קראָטערס אַלס סקאַט קאַט
* [[סטערלינג האלאוויי|סטערלינג האָלאָוויי]] אַלס רוקפֿאָר
* [[פאל ווינטשעל|פּאָל ווינטשעל]] אַלס שון גאָן
* לארד טים האַדסאָן אַלס היט קאַט
* וויטאָ סקאָטי אַלס פּעפּאָ
* טערל רייוונסקראָפֿט אַלס בילי באָס
* פּעט באַטרעם אַלס נאַפּאָלעאָן
* דזשארדזש לינדזי אַלס לאַפֿייעט
* הערמייאָני באַדלי אַלס מאַדאַם אַדלייד באָנפֿאַמיל
* טשאַרלס ליין אַלס זשאָרזשע האָטקור
* נענסי קולפּ אַלס פֿרו-פֿרו (געזאַנג שטימע: רוט באַזי)
* מאָניקאַ עוואַנס אַלס אַביגיל גאַבל
* קאַראָל שעלי אַלס אַמיליע גאַבל
* ביל טאָמפּסאָן אַלס פֿעטער וואָלדאָ
 
== וועבלינקען ==
* {{Imdb title|id=0065421|title=די אַריסטאָקעץ}}
 
{{דיזני אנימירטע פילמען}}
{{דיזני-שטומף}}
 
[[קאטעגאריע:אמעריקאנישע פילמען]]