אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באמבי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 22:
א יונגן הערש מיטן נאמען באַמבי איז געבוירן אינעם וואלד. אין די ערשטע טעג פון זיין לעבן פארשט ער דעם וואלד ארום אים. ער באפריינדט א קיניגל מיטן נאמען טאַמפּער, און לערנט נייע ווערטער יעדן טאג. ער זעט זיין פֿאָטער, דער גרויסער פרינץ פונעם וואלד, צו דעם ערשטן מאל. דער פילם הייבט אָן פון באַמבי'ס קינדהייט און באווייזט א שפאציר אינעם וואלד, א טאג אין די לאָנקע און זיין ערשטע טרעפונג מיט שניי.
 
דער מערסט באקאנטער טייל אינעם פילם איז דער טויט פון באַמבי'ס מוטער. די ביידע שטרענגען זיך פּרובירן געפינען שפייז. איין טאג עסן זיי א טייל גראָז וואס באַמבי'ס מוטער געפינט. שרעקלעכע מוזיק ("מענטש"'ס טעמע) ווערט געשפילט. באַמבי'ס מוטער פֿילט סכנה און ווארענט באַמבי צו לויפן אוועק. נאך וואס זיי לויפן איבער אן אייזיקער פעלד גרייכט באַמבי דעם ברעג, נאר א שאָס איז געהערט. באַמבי גייט צוריק נאר געפינט אז זיין מוטער איז נישט מער דא. ער וואַנדערט ארום און שרייט פאר זי און טרעפט מיט זיין פֿאָטער, דער גרויסער פרינץ, וואס זאגט אים אז זי קען נישט מער בלייבן מיט אים. באַמבי פאלגט נאך זיין פֿאָטער אריין אינעם וואלד און קוקט הינטער אים איין לעצטער מאל. נעכסטער פרילינג ווערן באַמבי און זיינע פריינט דערוואַקסלינגען. זיי טרעפן מיט א קלוגער אלטער סאָווע וואס מסביר זיין צו זיי די סכנות פון פארליבטקייט. זיי שווערן זיך אז זיי זאלן נישט, נאר זיי פארליבן זיך מיטן ערשטן בליק. באַמבי פארליבט זיך מיט זיין קינדהייט פריינדין פֿאַלין, און ער טאנצט מיט גליק ביז אן אנדערער הערש ברעכט אריין אין זיין וועג. ער פּרובירט צורעדן פֿאַלין צו גיין מיט אים, נאר באַמבי קעגנשטעלט זיך און הייבט אָן קעמפֿן מיט יענער הערש. באַמבי באזיגטבאַזיגט אים און גייט מיט פֿאַלין. דעם מענטש (וואס האט געהרגעט באַמבי'ס מוטער) קומט צוריק און מאכט מער ווייטיקן פאר די חיות. באַמבי ראטעוועט פֿאַלין פון א גרופע צאָרנדיקע הינט.
 
א וואלד פייער ברעכט ארויס און צעשטערט כמעט אלץ. באַמבי קען נישט זיך אויפֿוועקן, נאר זיין פֿאָטער העלפט אים. די ביידע גרייכן אן אינזל וואו די אנדערע חיות האבן זיך געזאמלט. דער נעכסטער פרילינג קומען זיי אלע צו זען די נייע הירשעלעך פון באַמבי און פֿאַלין, און דער קלוגער סאָווע זאגט אז באַמבי זאל שטאלצירן מיט זיך. דער גרויסער פרינץ רעזיגנירט אלס קעניג און באַמבי בלייבט שטייענדיק מיט שטאלץ.