אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 6:
אדל די טאכטער פון בעל שם טוב איז געווען באקאנט ביי חסידים אלס א גרויסע צדיקת, דער בעל שם טוב האט אמאל געזאגט אויף איר אז איר נשמה קומט פון די ריינע אוצר נשמות, זי איז מרומז אין פסוק א'ש ד'ת ל'מו. (דברים )
 
איר אייניקל ר' [[נחמן מברסלב]] האט אמאל געזאגט אז דעריבער האט זי דער בעל שם טוב געהאלטן חשוב ווייל זי האט שטענדיג געברענט צו טוהן גוטס, זי האט אייביג זיך געדרייט מיט מחשבות וואס נאך קען איך טוען א נחת רוח פאר השי"ת.
 
דער תלמיד פון בעל שם טוב, ר' [[נחמן האראדענקער]], האט זיך משדך געווען די שוועסטער פון דעם צדיק ר' יצחק מדרוביטש, דער טאטע פון ר' [[מיכל מזלאטשוב]]. דער בעל שם טוב איז געווען דער [[שדכן]], און האט אים געזאגט ווען דו וועסט האבן א קינד, און מיין טאכטער אדל וועט האבן א טאכטער וועלן מיר זיך משדך זיין, דאס וועט זיין שדכנות געלט. האט אים ר' נחמן האראדענקער געזאגט איך בין דאך א יחסן איך בין זיך מתיחס ביז דוד המלך, האט אים דער בעל שם טוב ארויסגענומען א כתב יחוס און געוויזן ער קומט אויך פון דוד המלך ע"ה (זעה ליקוטי מוהר"ן ח"ב סי' ק"א שאנחנו מזרע דוד המלך ע"ה).
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[קאטעגאריע:רביצינס]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אדל"