אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 54 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q132911 (translate me)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
א '''ליפֿט''' אדער '''עלעוועיטארעלעוואַטאר''' אדער הייב-מאשין איז א טראנספארט מיטל וועלכע טראגט מענטשן אדער חפיצים ארויף און אראפ אין געביידעס פון מערערע שטאקן. אין דער היינטיגער מאדערנער [[וועלט]] מיט מיליאנען געביידעס איז א ליפט א טייל פון א געביידע און רוב רעגירונגען פארלאנגען געזעצליך צו איינשטעלן א ליפט סיסטעם אין געביידעס פון מערערע שטאקן וועלכע איז דעזיינט פאר די באנוץ פון מערערע מענטשן.
 
 
== היסטאריע ==
 
דער קאנצפעט פון הייבן מאטריאל דורך א ספעציעלע דעווייס גייט צוריק צו די רוימישע אימפעריע (2,230 יאר צוריק)וואו מען האט גענוצט א קאבינע מיט א שטריק סיסטעם וועלכע איז געצויגן געווארן דורך בהמות אדער מענטשן. דער ערשטער ליפט דעזיינט צו הייבן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן איז געבויט געווארן אין די ווינטער פאלאץ אין סט. פעטערסבורג, רוסלאנד, אין 1793.
 
שורה 9 ⟵ 7:
 
דער ערשטער עלעקטרישער ליפט איז געבויט געווארן דורך ווערנער וואן סימענס, א דייטשער אינדוסטריאליסט, אין 1880. זיין ארבעט איז שפעטער פארבעסערט געווארן דורך פרענק ספראגאו, אן אמעריקאנער נעווי אפיציר.
 
 
== פלאן ==
 
דער קאנצעפט פון א ליפט איז זייער פשוט. עס איז א קליינע צימער וועלכע איז באהאפטן צו א שטריק וועלכע שלעפט עס ארויף. אבער א ליפט איז פיל מער פארגעשריטן ווי דעם. עס איז א פארגעשריטענע מעכאניזם וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך א מאדערנע קאנטראל סיסטעם און איז פארזיכערט מיט פארשידענע מאסנאמען קעגן פאטאליטעטן.
 
שורה 56 ⟵ 52:
היינט קומען אלע ליפטן מיט א קאמפיוטער קאנטראל סיסטעם וועלכע שיקט די סיגנאלן וועלכע וועג צו פארן און אויף וועלכע שטאק זיך אפצושטעלן. די קאמפיוטערס דארפן אויסרעכנען ווען צו פארן ארויף און ווען צו פארן אראפ כדי צו שפארן צייט און קענען פירן מער מענטשן און אזוי אויך שפארן ענערגיע. ארגינעל האבן רוב ליפטן געארבעט מיט א סיסטעם אז עס האט ערשט ארויפגעטראגן מענטשן פון די ערשטע שטאק צו די שטאקן וואו זיי ווילן גיין און ווען עס איז אויסגעליידיגט געווארן איז עס אויטאמאטיש צוריק אראפגעפארן און נאר אויפ'ן וועג אראפ האט עס אויפגענומען מענטשן וועלכע האבן געוואלט גיין אויף אראפ.
היינט ארבעט עס פיל מער פארגעשריטן פון דעם, ספעציעל אין געביידעס וואו עס זענען פאראן צוויי אדער מערערע ליפטן. דער קאמפיוטער באקומט די סיגנאלן פון אלע שטאקן וואו עס זענען פאראן מענטשן וואס ווילן גיין ארויף און אלע וואס ווילן גיין אראפ און עס וועט אליינס אויסרעכנען וועלכע ליפט איז די נענטסטע צו יענעם און אזוי שפארן צייט און ענערגיע. דער קאמפיוטער ווייסט אויך וויפיל מענטשן עס זענען פאראן אין די עלעוועיארסעלעוואַטארס און אויב עס איז שוין איבערגעפילט צו די מאקסימום וועט עס מער נישט סטאפן. נארמאל וועט דער קאמפיוטער צעטיילן די ליפטן אז עס זאל שטענדיג זיין א ליפט נאנט צו יעדע עטליכע שטאק.
 
עס זענען אויך פאראן אזעלכע ליפטן וועלכע'ס קאמפיוטער רעכנט אויס וויפיל מענטשן עס נוצן די ליפטן לויט די שטאקן און וועט לויט דעם פארלאנג שיקן די ליפטן. ד.ה. אז אויב צום ביישפיל די 53סטע שטאק איז די פארנומענסטע איבער'ן טאג וועט דער קאמפיוטער שטענדיג מאכן גרייט א ליפט דארט. אזוי אויך אויב, צום ביישפיל, אויף די 32'סטע שטאק וועלן אלע 500 ארבייטער אהיימגיין יעדן טאג 4 אזייגער וועט דער קאמפיוטער זיך דאס אויסלערנען און וועט שיקן עטליכע ליפטן צו די 32'סטע שטאק יעדן טאג 5 מינוט בעפאר.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ליפט"