אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 26:
אין נאָוועמבער 1935, אויף דעם נאַציאָנאַלן פּויערים טאָג (Reichsbauerntag) אין [[גאסלאר|גאָסלאַר]], האָט הימלער געשילדערט דעם געפאַר וואָס עס שטעלט מיט זיך פאָר דער אידישער פאָלק: „מיר קענען עם, דעם אידן; דער פאָלק איז צונויפגעשטעלט פון דעם אָפּפֿאַל פון אַלע פעלקער און נאַציאָנאַליטעטן אויף דעם פּלאַנעט, וואָס אין זיי האָט ער אַרײַנגעגעבן די אייגנשאַפטן פון די אידישע בלוט, דער פאָלק וואָס שטרעבט צו געוועלטיקן אויף דער וועלט, וואָס זײַן אָטעמען איז צושטערונג, זײַן ווילן איז פאַרניכטונג, זײַן רעליגיע איז אַטעאיזם. זײַן גלויבן איז באָלשעוויזם”.
 
אויף דעם זעכצנטן יוני 1936 האָט היטלער אַרויסגעגעבן אַ באַפעל אַז די אַלע פּאָליציי קראַפטן פון די פאַרשיידענע דײַטשע שטאַטן זאָלן זיך פאַראייניקן. בראש פון דער פאַראייניקטער פּאָליציי האָט ער געשטעלט הימלערן. דאָס איז געווען אַ וויכטיקער שריט אין דעם איבערמאַכן דײַטשלאַנד פאַר אַ פּאָליציי־שטאַט.
 
נאָכדעם וואָס רעהם איז שוין געווען אַראָפּגעראַמט פון וועג, איז נאָר דער מיליטער געשטאַנען הימלערן אין זײַן וועג צו פולן קאָנטראָל אויף די קעמפנדיקע קראַפטן. דער דײַטשער מיליטער בראש פון דעם [[גענעראל פעלדמארשאל|גענעראַל פעלדמאַרשאַל]] [[ווערנער פאן בלאמבערג|ווערנער פאָן בלאָמבערג]] איז געווען אַ זעלבסטשטענדיקע קראַפט, אײַנגעאָרדנט גאָר אַנדערש ווי הימלער האָט זיך פאָרגעשטעלט. אין 1937 האָט פאָן בלאָמבערג חתונה געהאַט מיט זײַן סעקרעטאַרקע, און דאָס האָט הימלערן געגעבן די געלעגנהײַט אויף וועלכער ער האָט געוואַרט: נאָך דער חתונה, אין וועלכער עס האָבן אָנטייל גענומען אַלע גדולים פון דער נאַצישער פּאַרטיי, האָט הימלער אַנטפּלעקט דאָקומענטן מיט באַווײַזונגען אַז דעם גענעראַלס ווײַב האָט געטאָן אין [[זנות]]. בלאָמבערג, וואָס האָט געהערט צו דער אַלטער אַריסטאָקראַטיע, און איז געווען אַ מענטש פון פּרײַסישן עטיקעט, איז געווען געצוואונגען זיך אָפּצוזאָגן. אויף זײַן אָרט האָט מען באַשטימט גענעראַלאָבערסט ווערנער פאָן פֿריטש.
 
עטלעכע וואָכן דערנאָך, האָט מען פריטשן גערופן צו היטלערס קאַבינעט, וואו מ'האָט עם פאָרגעשטעלט אַ האָמאָסעקסואַלישער געשלעכט־אַרבעטער מיטן נאָמען הײַנץ שימדט, וואָס האָט געטענהט אַז שוין יאָרן דראָעט ער פריטשן מיט סטראַשונקעס פון אַ האָמאָסעקסואַלער מין. טראָץ דעם וואָס פריטש האָט עס אָפּגעלייקנט, האָט מען עם גלײַך אָפּגעזאָגט פון זײַן אַמט, און היטלער האָט זיך באַקרוינט ווי דער „אויבער קאָמאַנדיר פון די געוואָפנטע קראַפטן”, אַ טיטל וואָס ער האָט געטראָגן ביז צו זײַן טויט.
 
{{גרונטסארטיר:הימלער}}