אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעלדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
==לעבנס געשיכטע==
===פריסטע יאָרן===
געבאָרן אין [[קאטערינאסלאוו|קאַטערינאָסלאַוו]] (הײַנט דניפּראָ אָדער דניעפּרפּעטראָווסק) [[אוקראינע|אוקרײַנע]], צו אַ חסידישער משפחה. איר מוטער רחל איז געווען אַ טאָכטער פון ר׳ [[דוד צבי חן]] (דער רד״ץ), אַ חשובער ליובאַוויטשער רב פון דער באַװאוסטער [[משפחת חן|חן פאַמיליע]]. איר פאָטער ר׳ שלום שלמה, איז געווען אַ זון פון ר׳ [[ברוך שניאור שניאורסאן|ברוך שניאור שניאורסאָן]], און אַ ברודער פון ר׳ [[לוי יצחק שניאורסאן|לוי יצחק שניאורסאָן]] – דער פאָטער פון דעם [[ליובאוויטשער רבי|ליובאַוויטשןליובאַוויטשער רבין]].
 
איר פאָטער ר׳ שלום שלמה און איר זיידע דער רד״ץ – וועלכע זײַנען ביידע אַוועק אין איר יוגנט – האָבן געהאַט אַ טיפן גײַסטיקן אײַנדרוק אויף איר. אַזוי ווי זי איז געווען אַ בת‏־יחידה, האָט זי געזאָגט דעם קדיש נאָך איר טאַטן. זעלדע האָט זיך אויפגעהאָדוועט אין אַ חב״דישער היים, און איז שטענדיק געשטאַנען אין קאָנטאַק מיט איר שוועסטערקינד – דער ליובאַוויטשער רבי.