אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק לעבאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דער ארטיקל איז וועגן רבי יצחק לעבאוויטש, נישט וועגן דער וואודרידזשער שול
בעסער געמאכט
שורה 13:
ער לערנט פאר יעדן טאג א שיעור אויף דער טעלפאן ליניע [[קול הלשון]],{{הערה|1=[http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim.aspx?Lang=Idish&Path=Idish%7CITnc%7CR7041-1-2%7CR7041-2&RavID=7041&Order=New2Old&InCall=True&PageNum=13 שיעורים פון הרב יצחק לעבאוויטש] ביי [[קול הלשון]]}} אריינגערעכנט טיפעזיניגע שיעורים אין חומש רש״י מיט רמב"ן, יסודות הדת קבלת רבותינו, שמועסן און היקפים איבער גדולי ישראל, שמועסן פאר פרויען אויף דער סדרה, און דאס איז חוץ פון די שיעורים און דרשות וואס ער גיט אין בית המדרש יעדן [[שבת]], [[יום טוב]] און [[יומי דפגרא|יומא דפגרא]].
 
ער איז א נאנטער [[תלמיד]] און א סאך מקבל געווען פון רבי יואל מסאטמאר זצ"ל, רבי אלעזר שפירא מקיוויאשד זצ"ל און זיין פעטער הרה"ק רבי הלל ליכטענשטיין מקראסנא זצ"ל, ווי אויך פון רבי שמעון ישראל פאזען משאפראן זצ"ל.
 
ער איז שטארק דבוק אין די תורות און חיבורים און מנהגים פון דעם [[מונקאטש (הויף)|מונקאטשער]] רב, דער בעל [[חיים אלעזר שפירא|מנחת אלעזר]] זצ"ל און אויך פונעם [[משה סופר|חת"ם סופר]] זצ"ל.
שורה 19:
ער איז אלס אינגערמאן גלייך נאך דער חתונה געווען א [[מגיד שיעור]] אין דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] ישיבה תורה ויראה ער איז געווען דער אינגסטער ר"מ בחייו פונעם סאטמאר רב, רבי יואל זי"ע.
 
אין יאר [[ה'תשל"ו]] האט ער געגרינדעט זיין ישיבה ישרש יעקב אין זיין [[בית מדרש|בית המדרש]] אויף 146 ראטלעדזש סטריט אין וויליאמסבורג (היינט קאראד'ער ביהמ"ד) די נאמען ישרש יעקב נאך זיין זיידע הגה"ק רבי יעקב שפירא זצ"ל אב"ד טערצאהל, אבער ער האט אייביג שטארק געוואלט מקיים זיין וואס עס שטייט אין פרקי אבות ״הוה גולה למקום תורה״ צו לערנען תורה מיט די בחורים אוועק פון די געמיינע שטאטישע גאסן אויף א רואיגן ארט.
 
אין יאר [[ה'תשל"ח]] האט ער זיך אריבער געצויגן מיט דער ישיבה קיין וויינלאנד [[ניו זשערסי|ניו דזשערזי]] פאר איין יאר, אבער לא אסתייעא מילתא (ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט) און צוליב דעם וואס עס איז געווען א געדינגענער פלאץ און דער בעל הבית האט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט, האט מען זיך געמוזט צוריקציען קיין וויליאמסבורג.
 
אין יאר [[ה'תשל"ט]] האט ער זיך אריבער געצויגן מיט דער ישיבה קיין [[טאראנטא]] אין [[אנטעריא]] [[קאנאדא]] פאר איין יאר, ווי ער אהין געשיקט געווארן דורך הרה"ק ר' [[משולם פייש לאווי|משולם פייש לאויי]] מטאהש זצ"ל אויפצובויען [[מוסדות]], ווי ער האט טאקע אויפגעשטעלט א [[תלמוד תורה]] וואס שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג.
 
==וואודרידזש==