אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך גרינפעלד"

366 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 חדשים
מוסיף געווען זיין אפשטאם מיט א לינק
(מוסיף געווען זיין אפשטאם מיט א לינק)
 
== ביאגראפֿיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין הומינא, סלאוואַקיי (דעמאלט זעמפלען דיסטריקט, מלכות פון אונגארן) צו זיין טאטא החסיד ר' שאול יחזקאל גר"פ מקורימא (פון די משפחה פון [[שאול יחזקאל גרינפעלד|ר' שאול ליטשיקער]]) און צו זיין מאמע די צדיקית מרת חנה ע"ה די טאכטער פון די חסיד המקובל ר' יעקב יצחק צימענט מטערצעל זצ"ל. אלץ אַ יונג קינד, איז ער שוין געווען דערקענט דורך אַלע וואס האבען איהם באגעגנט ווי א גאר פרום און פלייסיגע תלמיד. ער האט געלערנט אין [[קליינווארדיין]] ביי דעם גדול בישראל, דער מחבר פון דער ספרים ערוגת הבושם, רבי משה גרינוואלד און איז באלד געווארן איינער פון די חשובער תלמידים דארט. רבי [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם]], דער שינאווער רבי, האט זייער שטארק גערעדט פון ר' ברוך און האט אים געהאלטן אין א הויכע שטימע.
 
הרב ברוך גרינפעלד האט חתונה געהאט מיט רבקה וויינבערגער אין 1891 אין דער שטאט סטראפקאוו וואו עס האָט זיך דעמאלט געקליבן ארום אים עטליכע בחורי חמד וואס ער האט  מיט זיי געלערנט. עס איז געווען מעין א קליינע ישיבה. שפעטער איז ער געווארן דער דיין פון די שטאט שעבעש, פאטנעק אין הערמענשטאט, וואו ער האט געגרינדעט די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה. איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער א קורצע תקופה האט ער געדינט אלץ דער רב פון קלויזענבורג (וואו ער איז אויך געווען אינסטרומענטאל אין גרינדן די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה).
43

רעדאקטירונגען