אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליגאטאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:American Alligator.jpg|קליין|אמעריקאנישער אליגאטאר]]
[[בילד:Gatrhole.jpg|left|200px]]
דער '''אַליגאַטאָר''' אָדער '''קאַמיאַן''' איז א וואונדערליכע [[שרץ]] און ווארשיינליך די גרעסטע באשעפעניש וואס גייט אונטער די שרץ קאטעגאריע. שטודיעס ווייזן אז אליגאטארן זענען פאראן אויף די [[וועלט]] זינט די וועלט'ס באשאפונג און האבן זיך נישט געטוישט אין טבע די אלע יארן. כאטש אסאך זאכן וואס די סייענטיסטן זאגן קענען נישט באשטעטיגט ווערן איז אבער דא פאראן עטליכע פאקטארן וואס מאכט שטערקער זייער אפשאצונג.
שורה 17:
 
אליגאטארן דרייען זיך נאר וואו עס איז פאראן פריש וואסער און דאס קען זיין סיי וועלכע גרייס [[אזערע]], קאנאל, טייכן, און אמאל אפילו זומפן אדער גאר קליינע אנגעזאמלטע וואסערן. זיי פארמאגן קאלט בלוט און דערפאר געפינען זיי זיך נאר אין די ווארעמערע ראיאנען. אין אמעריקע קען מען זיי געפינען אין דרום-מזרח, אנגעהויבן פון [[טעקסאס]] ביז [[צפון קאראליינע]].
 
 
== ספעציעלע שטריכן ==
 
אליגאטארן האבן זייער א שטארקע קערפער מיט הונדערטער שפיצן אין וועלכע יעדער פון זיי געפינט זיך א גרויסע ביין וועלכע באשיצט זיי פון אטאקעס. מיט'ן לויפן זענען זיי אזויווי מענטשן וואס ווערן אויסגעמאטערט נאך א קורצע צייט. אבער ווען זיי לויפן יא קענען זיי לויפן אמאל ביז 30 מייל פער שטונדע וואס איז פיל שנעלער ווי א מענטש קען לויפן (די שנעלסטע וואס א מענטש קען לויפן איז 15 מייל פער שטונדע). דאס גיט זיי די אויבערהאנט צו אנטלויפן פון מענטשן וואס זוכן זיי צו כאפן און טאנצן אריין אין וואסער און שווימען אוועק.
 
שורה 38 ⟵ 36:
איבער די ווינטער קומט דאס גוט צוניץ ווען זיי הייבערנעיטן ווי די בערן און ווארטן פאר די ווארימע וועטערס. די גאנצע צייט עסן זיי גארנישט און רירן זיך נישט פון פלאץ. ווען עס קומט ווינטער ווארטן זיי אין די אייז קאלטע וואסער ביז עס ווערט שוין ממש פארפרוירן און ערשט דעמאלט טאנצן זיי ארויס אויף די יבשה און טרעפן זיך ווינקלן אדער גראבן אויס לעכער זיך צו קענען באהאלטן.
 
 
== פאמיליע ביזנעס ==
 
אליגאטארן זענען פאמיליע באשעפענישן וועלכע געבן אכט אויף זייערע קינדער ווי מענטשן. די מאמע לייגט אייער אין דער זומער און באוואכט דאס די גאנצע צייט פון קליינע חיות. ווען די בעיבי אליגאטאר ווערט געבוירן וועט די מאמע זיין מיט אים ביז ער איז אן ערוואקסענער וועלכע פאסירט אין קוים עטליכע מאנאטן. די גאנצע צייט וועט די בעיבי אליגאטאר זיין אין א ספעציעלע נעסט וואס די מאמע בויט פאר אים נאך בעפאר'ן געבוירן ווערן און יעדעס מאל ער וויינט קומט די מאמע אים העלפן. דאס איז א טבע וועלכע קיין איין אנדערע שרץ האט נישט און דאס לאזט אים בויען דורות.