אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך גרינפעלד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פאראכטען לינק
לינקס
שורה 2:
 
 
ער איז געבוירן געווארן אין '''הומינא''', סלאוואַקיא (דעמאלט Zemplén קאונטי, מלכות פון אונגארן). אלץ אַ יונג קינד, איז ער שוין געווען דערקענט דורך אַלע וואס האבען איהם באגעגנט ווי א גאר פרום און פלייסיגע תלמיד. ער האט געלערנט אין קליינוורדיין ביי דעם גדול בישראל, דער מחבר פון דער ספרים ערוגת הבושם, רבי משה גרינוואלד און איז באלד געווארן איינער פון די חשובער תלמידים דארט. [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם]], דער שינאווער רבי, האט זייער שטארק גערעדט פון ר' ברוך און האט אים געהאלטן אין א הויכע שטימע.
 
הרב ברוך גרינפילד האט חתונה געהאט מיט הצדקנית רבקה וויינבערגער אין 1891 אין די שטאט סטראפקאוו וואו עס האָט זיך דעמאלט געקליבען ארום אים עטליכע בחורי חמד וואס ער האט  מיט זיי געלערנט. עס איז געווען מעין א קליינע ישיבה. שפעטער איז ער געווארן דער דיין פון די שטאט שעבעש, פאטנעק אין הערמענשטאט, וואו ער האט געגרינדעט די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה. איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער א קורצע תקופה האט ער געדינט אלץ דער רב פון קלויזענבורג (וואו ער איז אויך געווען אינסטרומענטאל אין גרינדן די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה).
שורה 10:
 
 
 
ר' ברוך איז געווען נאענט מיט דעם סאטמאר רבי, [[יואל טייטלבוים|רבי יואל טייטלבוים]], און זיי האבן געלערנט אינאיינעם טעגליך גפ"ת. ער איז אויך געווען נאענט מיטן בעלזער רבי [[אהרן רוקח|רבי אהרן רוקח]], וועלכער האָט שטארק רעספּעקטירט ר' ברוך און האט עטליכע מאל אויסגעדרוקט צו זיינע נאנטע מענטשן וועגן אים וואס פאר א גרויסע ת"ח ער איז.