אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 20:
אייזלען זענען ערשטנס געשטוביקט געווארן ארום 3000 פ"ק, אפשר אין [[עגיפטן]] אדער [[מעסאפאטאמיע]], און האבן פארשפרייטן זיך איבער די וועלט. היינט האבן זיי וויכטיקע ראלעס אין א סאך פלעצער נאָך. כאטש אז דער צאל געשטוביקטע זגאלן גייט ארויף איז דער אפריקאנישער ווילדער אייזל א [[זגאלן אין סכנה|זגאל אין סכנה]]. אלס [[לאסט חיה|לאסט חיות]] און באלייגטערס האבן אייזלען געארבעטן מיט מענטשן פאר יארטויזנטער.
 
דער אייזל קוקט ווי א פערד אבערנאר האט א גרעסערער קאפ, לאנגע און שטייענדיקע אויערן און שיטערע האר. אויך האט ער אן אנדערע שטימע; דאס פערד הירזשעט און דער אייזל רעוועט. די שוואנגערונג פון די אייזעליכע דויערט בערך א יאר און מאכט נאר איין פּליד. דער אייזל לעבט צווישן 20 און 50 יאר. געשלעכט צווישן אן אייזל און א [[קליאטשע]] פראדוצירט א [[מוילאייזל]], אן [[אומפרוכפערקייט|אומפרוכפע]] חיה.
 
דער אייזל איז א פֿאַרם חיה און טייל נוצן אים אלס א לאסט חיה. ער קען טראגן טייל מער לאסט ווי א פערד, אבער איז גאר מגושמדיק און מער לאנגזאם.