אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 82:
* ישיבה בחורים און כולל יונגעלייט טראגן א גארטל א גאנצן טאג : מנהג פון פריערדיגן סקווערער רבי'ן, ר' [[יעקב יוסף טווערסקי|יעקב יוסף]], מעגליך גענומען פון די התנהגות פון יושבים אין [[בעלז]].
* טראגן שטיוול שבת: די אורזאך דערפון, שטאמט פונעם געפירעכטס פונעם אלטן סקווערער רבי, רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]] זצוק"ל, האט מען דאס איינגעפירט אלץ שבת'דיגע חסידישע לבוש ביי זיינע חסידים.
 
אין סקווירא פלעגן די רבי'ס אמאל גיין מיט ווייסע זאקן ווי ביי אנדערע חסידים. ר' יעקב יוסף האט אבער נישט געוואלט טראגן קיין ווייסע זאקן אויס כבוד פאר זיין ברודער ר' איציקל קעשענאווער (וועמען די שוויגער האט נישט געלאזט טראגן צוליב דעם וואס איר מאן, ר' ברוך אשר ב"ר בנציון מטשערנאביל-לעאוו האט נישט געטראגן). אלץ א פשרה האט ר' יעקב יוסף זיך אנגעטון שטיוול, נישט וועלנדיג אפטרעטן פון דעם חסידישן מנהג פון נישט גיין מיט הויזן, און דאס שוין אויסגענוצט אלץ ספעציעלע לבוש פאר זיינע שפעטערדיגע נאכפאלגער. צום באמערקן איז שטיוול געווען גאר מצוי אלס א חסידישער לבוש אין רוסלאנד/אוקריינע.
 
* טראגן א פארמאכטע טלית קטן : אין סידור הרב ווערט געברענגט פון כתבי אר"י אז דער בגד פון טלית קטן זאל צודעקן די ברוסטקאסטן.