אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 23:
 
אויפן ערשטן אַפּריל 1934 האָט גערינג ממנה געווען הימלערן אַלס ראש פון דער [[געשטאפא|געשטאַפּאָ]], די פּרײַסישע געהיים־פּאָליציי. דאָס האָט עם דערמעגליכט זיך צו דערווערבן אַ געוואַלדיקע מאַכט, און אויף דעם 30סטן יוני 1934 איז ער געווען פון די הויפּט דורכפירער פון [[די נאכט פון לאנגע מעסערן|דער נאַכט פון לאַנגע מעסערן]], אין וועלכער מען האָט דער'הרג'עט הונדערטע עס־אַ מיטגלידער צוזאַמען מיט אַנדערע פּאָליטישע קעגנער. מיט רעהם געהאַט געווען אַרויסגעראַמט פון וועג, האָט הימלער גע'ירש'ענט זײַן אַמט.
 
אין נאָוועמבער 1935, אויף דעם נאַציאָנאַלן פּויערים טאָג (Reichsbauerntag) אין [[גאסלאר|גאָסלאַר]], האָט הימלער געשילדערט דעם געפאַר וואָס עס שטעלט מיט זיך פאָר דער אידישער פאָלק: „מיר קענען עם, דעם אידן; דער פאָלק איז צונויפגעשטעלט פון דעם אָפּפֿאַל פון אַלע פעלקער און נאַציאָנאַליטעטן אויף דעם פּלאַנעט, וואָס אין זיי האָט ער אַרײַנגעגעבן די אייגנשאַפטן פון די אידישע בלוט, דער פאָלק וואָס שטרעבט צו געוועלטיקן אויף דער וועלט, וואָס זײַן אָטעמען איז צושטערונג, זײַן ווילן איז פאַרניכטונג, זײַן רעליגיע איז אַטעאיזם. זײַן גלויבן איז באָלשעוויזם”.
 
{{גרונטסארטיר:הימלער}}