אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הכוזרי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 5:
 
== אינהאַלט ==
דער ספר, וועלכער איז צוטיילט אויף פינף „מאמרים”, איז מתאר די הויפּטפּונקטן פון דער אידישער אמונה און פאַרטיידיקט זי פון אירע צוויי קאָנקורענטן אין יענער צײַט - דער [[קריסטנטום]] און דער [[איסלאַם]], און פון אירע אינערליכע שעדיקערס – די [[פילאָזאָפיע]] און די [[קראות]].
 
=== ערשטער מאמר ===
 
==== הקדמה ====
נאָך אַ קורצן איבערבליק פון די געשעענישן וואָס האָבן געשטופּט דעם קעניג אויסצופאָרשן דעם ריכטיקן גלויבן, און זײַנע שמועסן מיט אַ [[פילאָזאָפיע|פילאָזאָף]], און [[קריסטנטום|קריסטליכע]] און [[מוסולמענער|מוסולמענישע]] גײַסטיליכער איבער זייערע גלויבנס, ווענדעט דער קעניג צו צו אַ אידישן חכם. אַנשטאָט רעדן מיטן קעניג וועגן די באַווײַזונגען אַז ס'איז דאָ אַ באַשעפער וואָס האָט באַשאַפן די וועלט און פירט אָן מיט איר, האָט דער חכם געזאָגט אַז ער דינט דעם גאָט וואָס האָט באַוויזן מופתים און אַרויסגענומען זײַן פאָלק ישראל פון מצרים. דער חכם האָט דאָס פאַרענטפערט מיט דעם אַז דורך אָנהייבן מיט שכלדיקע באַווײַזונגען איז שווער צו דערגיין דעם אמת, ווי מען זעט אַז די פילאָזאָפן שפּאַרן זיך איבער די זאַכן; דאַקעגן דורך אַ קלאָרעקלאָרן ווירקליכעווירקליכן באַווײַז אין פאָרעם פון אַ הימלשער התגלות קען ניט זײַן קיין צווייפל. אַזוי איז אויך בנוגע עטישקײַט, וואָס די פילאָזאָפן זײַנען ניט אַלע אײַנשטימיק איבער דער שאלה וואָס באַשטייט גוט, דאַַקעגן די אַנטפּלעקטע רעליגיע קען אָנזאָגן דעם מענטשן וואָס איז גוט און וואָס איז שלעכטס.
 
== סטיל ==