אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 22:
בשעת די נאַציס האָבן פאַרכאַפּט די מאַכט אין 1933, זײַנען די באַציאונגען צווישן הימלערן מיט זײַן כלומרשטן קאָמאַנדיר רעהם געווען אָנגעצויגענע. רעהם האָט געשטרעבט צו געבן אַ גרעסערן אויסדרוק צו דער סאָציאַליסטישער און פאָלקישער באַזע פון דעם נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם. ער האָט שטאַרק קריטיקירט דאָס וואָס די נײַע מאַכט האָט מיטגעאַרבעט מיט די אַלטע אויבערשיכטן – די אַרמיי, די גע'ירש'ענטע אַריסטאָקראַטיע, און די רײַכע. דאָס האָט געשאַפן אַן אָנגעצויגנקײַט צווישן עם מיט היטלערן. עס האָט זיך געשאַפן אַ בונד צווישן הימלערן מיט [[הערמאן גערינג|הערמאַן גערינג]] צו מאַכן אַ סוף צו דעם עס־אַ און צו רעהמען.
 
אויפן ערשטן אַפּריל 1934 האָט גערינג ממנה געווען הימלערן אַלס ראש פון דער [[געשטאפא|געשטאַפּאָ]], די פּרײַסישע געהיים־פּאָליציי. דאָס האָט עם דערמעגליכט זיך צו דערווערבן אַ געוואַלדיקןגעוואַלדיקע מאַכט, און אויף דעם 30סטן יוני 1934 איז ער געווען פון די הויפּט דורכפירער פון [[די נאכט פון לאנגע מעסערן|דער נאַכט פון לאַנגע מעסערן]], אין וועלכער מען האָט דער'הרג'עט הונדערטע עס־אַ מיטגלידער צוזאַמען מיט אַנדערע פּאָליטישע קעגנער. מיט רעהם געהאַט געווען אַרויסגעראַמט פון וועג, האָט הימלער גע'ירש'ענט זײַן אַמט.
 
{{גרונטסארטיר:הימלער}}