אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 17:
אין יאָר 1928 האָט ער געהייראַט מאַרגאַרעטע באָדען, די טאָכטער פון אַ פּרײַסישן גוט באַזיצער. צום פּאָרל איז געבאָרן געוואָרן אַ טאָכטער, וועמען זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן גודרון. דער זיווג איז ניט עולה־יפה געווען, און דער פּאָרל האָט זיך אָפּגעשיידט און גענומען לעבן באַזונדער.
 
נאָדעם וואָס היטלער איז אַרויס פון טורמע, האָט ער באַגרינדעט אַ פּריוואַטע מיליציע וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער „[[עס עס|עס־עס]]”. צו ערשט, האָט דער עס־עס פאַרמאָגט עטלעכע צענדליקע מיטגלידער, און עס האָבן מיט עם אָנגעפירט פאַשידענע קאָמאַנדירן; ביז אין יאָר 1929 האָט היטלער פאַרבעטן הימלערן ער זאָל אָננעמען דעם אַמט. אין דער ערשטער צײַט, האָט עס געזאָלט הייסן אַז הימלער איז אונטעגעוואָרפן [[ערנסט רעהם|ערנסט רעהמען]], וועלכער איז געווען דער אָפיציעלער קאָמאַנדיר פון דעם [[עס עס|עס־עס]] און [[עס א|עס־א]]. ביז עטלעכע יאָר האָט די צאָל מיטגלידער געשטויגן צו 52,000 מאַן.
 
=== אין נאַצישער דײַטשלאַנד ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה ===
בשעת די נאַציס האָבן פאַרכאַפּט די מאַכט אין 1933, זײַנען די באַציאונגען צווישן הימלערן מיט זײַן כלומרשטן קאָמאַנדיר רעהם געווען אָנגעצויגענע. רעהם האָט געשטרעבט צו געבן אַ גרעסערן אויסדרוק צו דער סאָציאַליסטישער און פאָלקישער באַזע פון דעם נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם. ער האָט שטאַרק קריטיקירט דאָס וואָס די נײַע מאַכט האָט מיטגעאַרבעט מיט די אַלטע אויבערשיכטן – די אַרמיי, די גע'ירש'ענטע אַריסטאָקראַטיע, און די רײַכע. דאָס האָט געשאַפן אַן אָנגעצויגנקײַט צווישן עם מיט היטלערן. עס האָט זיך געשאַפן אַ בונד צווישן הימלערן מיט [[הערמאן גערינג|הערמאַן גערינג]] צו מאַכן אַ סוף צו דעם עס־אַ און צו רעהמען.
 
אויפן ערשטן אַפּריל 1934 האָט גערינג ממנה געווען הימלערן אַלס ראש פון דער [[געשטאפא|געשטאַפּאָ]], די פּרײַסישע געהיים־פּאָליציי. דאָס האָט עם דערמעגליכט זיך צו דערווערבן אַ געוואַלדיקן מאַכט, און אויף דעם 30סטן יוני 1934 איז ער געווען פון די הויפּט דורכפירער פון [[די נאכט פון לאנגע מעסערן|דער נאַכט פון לאַנגע מעסערן]], אין וועלכער מען האָט דער'הרג'עט הונדערטע עס־אַ מיטגלידער צוזאַמען מיט אַנדערע פּאָליטישע קעגנער. מיט רעהם געהאַט געווען אַרויסגעראַמט פון וועג, האָט הימלער גע'ירש'ענט זײַן אַמט.
 
{{גרונטסארטיר:הימלער}}