אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:HLHimmler.jpg|left|thumb|180px|היינריך היממלער]]
'''הײַנריך לוּיטפּאָלד הימלער''' ([[דײַטש]]: '''Heinrich Luitpold Himmler;''' [[י"א תשרי]] [[ה'תרס"א]], [[י"א סיון]] [[ה'תש"ה]]), איז געווען אַ דײַטשער-נאַצישער קריגס פאַרברעכער, פון די אָנגעזעענסטע פיגורן אין [[נאצי דייטשלאנד|נאַצי דײַטשלאַנד]]. ער איז געווען דער אָנפירער פון דעם [[עס עס]] און די [[געשטאפא|געשטאַפּאָ]], און האָט געדינט אַלס אינערן־מיניסטער פון דעם דײַטשן רײַך. הימלער איז פאַקטיש געווען דער וואָס האָט דורכגעפירט מיט דער „[[די ענדגילטיקע לייזונג צו דער אידישער פראגע|ענדגילטיקער לייזונג]]”, וואָס איז געווען פאַראַנטוואָרטליך פאַרן אָפּשיקן מיליאָנען אידן צו זייער טויט אין די [[פארניכטונגס לאגערן|פאַרניכטונגס לאַגערן]].
'''הײַנריך הימלער''' (געבוירן אין [[דייטשלאנד]] [[י"א תשרי]] [[ה'תרס"א]], זיך [[זעלבסטמארד|גענומען דאָס לעבן]] אין דייטשלאנד [[י"א סיון]] [[ה'תש"ה]]) (1900 - 1945), איז געוועזן דער [[עס עס]] פיהרער און [[היטלער]]ס בעסטער פארטייטשער. ער ווערט פארעכנטנט אלס דער גרעסטער פעראנווארטליכער צו דעם [[חורבן]] בשעת [[דער צווייטער וועלט קריג]] איבערהויפט צו [[ייד]]ן.
 
הימלער איז קיינמאָל ניט געשטאַנען צום געריכט איבער זײַן אויפפירונג און פאַרברעכנס אין דער מלחמה צײַט. ער איז געפאַנגען געוואָרן דורך דער בריטישער אַרמיי און האָט [[זעלבסטמארד|גענומען דעם לעבן]] עטלעכע טעג שפּעטער, אויף דעם 23'סטן מײַ 1945.
 
== ביאָגראַפיע ==
 
=== פון זײַן יוגנט ביז די נאַציס האָבן פאַרנומען די מאַכט ===
הימלער איז געבאָרן אין דער [[בייערן|בײַערישער]] [[הויפטשטאט|הויפּטשטאָט]] [[מינכען]], צו אַ מיטלקלאַסיקער משפחה. זײַן פאָטער, געבהאַרד לודוויג, איז געווען אַ מנהל פון אַ קינדער שולע אין לאַנדסהוט, וואו הימלער האָט געלערנט. נאָכן אָפּקאָנטשען זײַנע שטודיעס, איז ער צוגעשטאַנען צו דעם עלפטן בײַערישן רעגימענט אין דעם [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטן וועלט־קריג]], ער האָט אָבער ניט אוספּייעט צו דערזען דעם שלאַכט־פעלד צוליב דײַטשלאַנדס קאַפּיטולירן.
 
נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן טעטיק אין די [[פרייקארפס|פרײַקאָרפּס]] ווײַט־רעכטע מיליציעס, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן וואָס האָבן געבוזשעוועט אין יענער צײַט צווישן די רעכטע און די לינקע. די מיליציעס זײַנען באַשטאַנען דערעיקרשט פון געוועזענע זעלנער, פאַרביטערטע פון דײַטשלאַנדס פאַרשפּילן די מלחמה, וואָס זײַנען געווען שטאַרקע קעגנער פון [[סאציאליזם|סאָציאַליזם]] און [[קאמוניזם|קאָמוניזם]]. אין יענער תקופה האָט ער אויך באַקומען אַ דיפּלאָם אין [[אגראנאמיע|אַגראָנאָמיע]] פון דער הויכער טעכנישער שולע אין מינכען.
 
אין 1923 איז ער צוגעשטאַנען צו דער נאַצישער פּאַרטיי, בשעת זי איז געשטאַנען אויפן שוועל פון אַן איבערקערונגס־פּרואוו קעגן דער צענטראַלער מאַכט, „דער פּוטש אין דעם ביר קעלער”. די פּאָווסטאַנציע איז מיט גוואַלד פאַרשטילט געוואָרן דורך דער בײַערישער מאַכט, און די אָנפירער פון די ווידערשפּעניקער, צווישן זיי אויך [[אדאלף היטלער|אַדאָלף היטלער]], זײַנען פאַרשיקט געוואָרן אין טורמע. אַ באַוואוסטער בילד פון פּוטש ווײַזט הימלערן אין [[עס א|עס אַ]] מונדירן, האַלטנדיק דעם סימבאָל פון דער קייסערישער דײַטשער אַרמיי. נאָכן דורכפאַל פון פּוטש, אין 1924, האָט הימלער באַשלאָסן פאַרלאָזן פּאָליטיק און זיך אָפּגבן מיט האָדעווען הינער אין אַ קליין דערפל וואָס האָט געהייסן וואַלדטרודרינג.
 
ווי ער האָט זיך אומגעקערט צו פּאָליטיק, איז ער געוואָרן דער סעקרעטאַר פון אַ נאַצישן טעטיקער מיטן נאָמען בשם גרעגאָר שטראַסער, וועלכער האָט געאַרבעט אין צפון־דײַטשלאַנד, און האָט פאָרגעשטעלט אַ צײַט אַ מין קאָנקורענץ צו היטלערן.
 
אין יאָר 1928 האָט ער געהייראַט מאַרגאַרעטע באָדען, די טאָכטער פון אַ פּרײַסישן גוט באַזיצער. צום פּאָרל איז געבאָרן געוואָרן אַ טאָכטער, וועמען זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן גודרון.
 
{{גרונטסארטיר:הימלער}}