אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הכוזרי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מירצעשעם וועל איך ווײַטער אַרבעטן אויף דעם
שורה 1:
ספר '''הכוזרי''' (אָריגינעלער אַראַבישער נאָמען: כִּתָּאבּ אלחַגׇ'ה ואלדׇּלִיל פִי נַצְר אלדִּין אלדַ'לִיל – דער בוך פון איבערצײַגונג און ראיה צו פאַרטיידיקן דעם געשענדעטן גלויבן) איז א [[פילאזאפיע|פילאָזאָפישער]] [[ספר]] פון ר' [[יהודה הלוי]]. ר' יהודה האָט אָריגינעל געשריבן דעם ספר אויף [[אראביש|אַראַביש]] און ר' [[יהודה אבן תיבון]] האָט עם איבערגעזעצט אויף [[לשון קודש]]. דער ספר איז אויסגעשטעלט ווי אַ געשפּרעך צווישן דעם [[כאזארן|כאַזאַרישן]] קעניג מיט אַ אידישער חכם איבער די יסודות פון אידישקײַט.
עס איז דא [[חילוקי דעות]] צווישן די היסאריקער צו רבי [[יהודה הלוי]] האט עס ארגינעל געשריבן אבער ער דער שרייבער איז געווען דער [[חבר]] ר' [[יהודה אלמנגרי]] וואס האט דאס געשריבן אויף [[כוזרי]], ר' יהודה הלוי האט עס איבערגעשריבן פון כוזרי אויף אראביש, און רבי יהודה אבן תיבון פון אראביש אויף לשון הקודש {{זעה שלשלת הקבלה, סדר הדורות}}.
 
== דאָס שרײַבן פונעם ספר ==
עס איז אויך דא וואס זאגן אז עס איז געווען צוויי ר' יהודה הלוי, דער ערשטער האט עס געשריבן און דער צווייטער זיינס אן אייניקעל האט עס געדרוקט {{צמח דוד}}
אין אַ בריוו וואָס איז געפונען געוואָרן אין דער [[קאהירע גניזה|קאַהירער גניזה]], דערציילט דער מחבר זײַנעם אַ חבר, אַז ער האָט געשריבן דעם ספר נאָך אַנטהאַלטן שאלות פון אַ [[קראי|קראישער]] פילאָזאָף וואָס האָט געוואוינט אין [[שפאניע|שפּאניע]]. אין יענעם בריוו באַצייכנט ר' יהודה דעם ספר אַלס אַ „דבר פעוט” – אַ קלייניקײַט, פון דעם האָבן פאָרשער געדרונגען אַז דער ערשטער נוסח פון דעם ספר איז געווען פיל קירצער פאַר זײַן ענדגילטיקן נוסח. טייל האַלטן אויך אַז דעם פינפטן „מאמר” אין ספר איז צוגעגעבן געוואָרן שפּעטער צוליב ר' יהודה'ס אומצופרידנקײַט פון דעם ספר'ס צורה.
 
== אינהאַלט ==
דער ספר, וועלכער איז צוטיילט אויף פינף „מאמרים”, איז מתאר די הויפּטפּונקטן פון דער אידישער אמונה און פאַרטיידיקט זי פון אירע צוויי קאָנקורענטן אין יענער צײַט - דער [[קריסטנטום]] און דער [[איסלאַם]], און פון אירע אינערליכע שעדיקערס – די [[פילאָזאָפיע]] און די [[קראות]].
 
== סטיל ==
דער ספר איז אויסגעשטעלט פון דיסקוסיעס צווישן א [[גוי]] (מלך הכוזרים) מיט א [[ייד]] אויף די יסודות הדת. פאלגנדיג איז א טייל פון דער ספר: