אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 88:
:שוין, איך האָב דאָס ערליידיקט (קענסט אַ קוק טאָן אויב דו ווילסט). --[[באַניצער:Shad Veyosiv|Shad Veyosiv]] ([[באַניצער רעדן:Shad Veyosiv|רעדן]]) 09:51, 3 אַפריל 2020 (UTC)
::ערשטנס, ברוך הבא צו די יידישע וויקיפעדיע. איך וויל אז מער נייע באניצער וואס רעדן אמתע יידיש (אנשטאט מאשין איבערזעצונגען אדער "דרעקישע ענגליש מיט העברעאישע אותיות") זאלן געפינען אונדז, שאפן קאנטעס און ביישטייערן. צווייטנס, קיינער האט נישט געשריבן אז אלע פאַראַגראפן ''דאַרפן'' ניצן פולער ניקוד (וואס איז צו שווער און לאנגזאם פאר מערסט באניצער צו שרייבן און נישט זייער פראקטיש). א דאנק פאר רעכענען זיך מיט דער פאקט אז ניקוד אין פאראמעטערס קאליע מאכט מוסטערן, און פאר פארריכטן די ערשטע וואס איר האט געענדערט. אבער, אויב איר טאקע מיינט אז דער פולער און עקזאקטער ניקוד איז אזוי נייטיק, איר זאל נאר באלייגן | אין לינקען צו באווייזן פארשידענע ווערטער אנשטאט דער נאמען אינעם לינק (צום ביישפיל: <nowiki>[[שטאט|שטאָט]]</nowiki> און נישט <nowiki>[[שטאָט]]</nowiki>). פאר די זעלבע טעכנישע סיבות ווי אין מוסטערן און קאטעגאריעס, ארטיקל נעמען זאלן נישט שליסן איין כאראקטערן מיט ניקוד (כאטש אז אנדערע נאמענטיילן ווי קאטעגאריע, באניצער און וויקיפעדיע ניצן זיי). אוודאי אז איידער פרובירן טוישן א מוסטער וואס געפינט זיך אין הונדערטער אדער טויזנטער ארטיקלען, איר זאל אנהייבן א דיסקוסיע אינעם שמועס בלאט. אויך, ענדערונג '''אלע''' די ארטיקלען אויף יידיש צו האבן פולער ניקוד קען אפשר נעמען מער ווי א יאר, און עס זענען דא גאר מער געהעריקע מעגלעכע ביישטייערונגען. [[באַניצער:לאג רעיל|וועלטלעכער יידיש-רעדנער]] ([[באַניצער רעדן:לאג רעיל|רעדן]]) 13:16, 3 אַפריל 2020 (UTC)
:::אויב איר ווילט אַז אמתע אידיש רעדנער זאָלן דאָ באַזוכן, מוז מען זען צו אויפהייבן דעם אַלגעמיינעם קוואַליטעט פון די אַרטיקלען. דער ערשטער שריט אין דער ריכטונג, אַז עס זאָלן זײַן עפּעס־וואָס כללים פון אויסלייג. די כללים דאַרפן ניט זײַן בדווקא די זעלביקע ווי אין ייִוואָ אידיש, און אדרבא - לפי עניות דעתי - איז בעסער שרײַבן אויפן אופן ווי רוב רעדנער לייגן אויס. נאָר אַזוי ווי לעת עתה איז דער אידישער אויסלייג אַ הפקר וועלט, וואו יעדערער שרײַבט ווי בײַ עם קומט אויס, דעריבער נעם איך דעם מיטלמעסיקן וועג, צולייגן נאָר אָט־אָ די נקודות וועלכע זײַנען אָנגענומען בײַ טייל חרדים, ניט שרײַבן דרײַ וואָוון איינער נאָך דעם צווייטן נאָר אַרײַנשטעלן אַן אלף אין מיטן (צום בײַשפּיל: ניט „וווּ” ווי אין ייִוואָ, נאָר „וואו” ווי עס פירט זיך בײַ די חרדים).
:::איך קען פאַרשטיין פאַרוואָס אין אַ מוסטער דאַרף מען ניט אַרײַנשטעלן די נקודות, נאָר איך פאַרשטיי ניט דעם שכל אַז די נעמען פון די אַרטיקלען זאָלן זײַן אויסגעלייגט אַנדערש ווי דער אַרטיקל אַליין...
:::און ביסט טאַקע גערעכט, פאַראַן וויכטיקערע זאַכן צו פאַרבעסערן ווי דער אויסלייג – איך קלײַב זיך בײַשטײַערן אויך אין דעם. --[[באַניצער:Shad Veyosiv|Shad Veyosiv]] ([[באַניצער רעדן:Shad Veyosiv|רעדן]]) 17:54, 3 אַפריל 2020 (UTC)