אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 85:
 
== ניקוד ==
 
איך זע אַז דו האָסט צוריקגעשטעלט דאָס וואָס איך האָב געענדערט אין [[מוסטער:יישוב]]. ביסט טאַקע גערעכט אַז דער ניקוד דאַרף ניט אַרײַנגעשטעלט ווערן אין דעם טעמפּלייט, אָבער ווי עס באַווײַזט זיך אויף די בלעטער דאַרף עס זײַן מיט ניקוד. --[[באַניצער:Shad Veyosiv|Shad Veyosiv]] ([[באַניצער רעדן:Shad Veyosiv|רעדן]]) 09:36, 3 אַפריל 2020 (UTC)
:שוין, איך האָב דאָס ערליידיקט (קענסט אַ קוק טאָן אויב דו ווילסט). --[[באַניצער:Shad Veyosiv|Shad Veyosiv]] ([[באַניצער רעדן:Shad Veyosiv|רעדן]]) 09:51, 3 אַפריל 2020 (UTC)
::ערשטנס, ברוך הבא צו די יידישע וויקיפעדיע. איך וויל אז מער נייע באניצער וואס רעדן אמתע יידיש (אנשטאט מאשין איבערזעצונגען אדער "דרעקישע ענגליש מיט העברעאישע אותיות") זאלן געפינען אונדז, שאפן קאנטעס און ביישטייערן. צווייטנס, קיינער האט נישט געשריבן אז אלע פאַראַגראפן ''דאַרפן'' ניצן פולער ניקוד (וואס איז צו שווער און לאנגזאם פאר מערסט באניצער צו שרייבן און נישט זייער פראקטיש). א דאנק פאר רעכענען זיך מיט דער פאקט אז ניקוד אין פאראמעטערס קאליע מאכט מוסטערן, און פאר פארריכטן די ערשטע וואס איר האט געענדערט. אבער, אויב איר טאקע מיינט אז דער פולער און עקזאקטער ניקוד איז אזוי נייטיק, איר זאל נאר באלייגן | אין לינקען צו באווייזן פארשידענע ווערטער אנשטאט דער נאמען אינעם לינק (צום ביישפיל: <nowiki>[[שטאט|שטאָט]]</nowiki> און נישט <nowiki>[[שטאָט]]</nowiki>). פאר די זעלבע טעכנישע סיבות ווי אין מוסטערן און קאטעגאריעס, ארטיקל נעמען זאלן נישט שליסן איין כאראקטערן מיט ניקוד (כאטש אז אנדערע נאמענטיילן ווי קאטעגאריע, באניצער און וויקיפעדיע ניצן זיי). אוודאי אז איידער פרובירן טוישן א מוסטער וואס געפינט זיך אין הונדערטער אדער טויזנטער ארטיקלען, איר זאל אנהייבן א דיסקוסיע אינעם שמועס בלאט. [[באַניצער:לאג רעיל|וועלטלעכער יידיש-רעדנער]] ([[באַניצער רעדן:לאג רעיל|רעדן]]) 13:16, 3 אַפריל 2020 (UTC)