אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זלמן רײזען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{יתום}}
 
'''זלמן רײזען''' (טיילמאָל אויך '''רייזין''') (1887, בעלאַרוס – 1941?) איז געװען אַ באַװאוסטער [[פילאָלאָג]] פון דער [[אידיש|אידישער שפּראַך]], אַ היסטאָריקער פון ליטעראַטור, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט, פון די גרינדער פון דעם [[ייווא]] אינסטיטוט.
'''זלמן רײזען''' (1887 ־ 1941) איז געװען אַ באַװוּסטער יידיש פֿילאָלאָג און זשורנאַליסט. ער איז געבוירן געװאָרן אין שטאָט [[קאָידענאָװ]], הײַנטצוטאָג אין [[בעלארוס|בעלאַרוס]]. זײַן ברודער [[אַברהם רײזען]] און זײַנ שװעסטער [[זארה רײזען]], זײַנען אויך געװאָרן באַװוּסטע מחברים. זלמן רײזען האָט זיך איבערגעצויגן אין [[ווילנע|װילנע]] אין יאָר [[1915]]. דאָ אין װילנע האָט ער געגרינדעט, צוזאַמען מיט אַנדערע יידישע אינטעלעקטואַלען, צום בײַשפּיל [[מאקס וויינרייך|מאַקס װײַנרײַך]], דעם [[ייווא|ייִװאָ]] ־ יידיש װיסענשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. רײזען איז אויך געװען דער רעדאַקטאָר פֿאַר ״דער װילנער טאָג״. פֿון זײַנע ליטעראַרישע װערק, איז דער באַװוּסטסטע ״לעקסיקאָן פֿון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע״. אין דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צװײטער װעלט־מלחמה]], אז די [[רויטע ארמיי|רויטע אַרמײ]] איז געקומען קײן װילנע (1939), איז רײזען אַװעקגעכאַפּט געװאָרן און דערהרגעט ערגעץ װוּ אין דעם [[סאוועטן פארבאנד|ראַטנפֿאַרבאַנד]] מסתּמא אין [[ריגע|ריגאַ]].
 
== לעבנס געשיכטע ==
געבוירן אין שטאָט [[קאָידענאָװ]], הײַנטצוטאָג אין [[בעלארוס|בעלאַרוס]]. זײַן פאָטער איז דער אידישער שרײַבער און דיכטער [[קלמן רויזין]], איז ער א אינגערער ברודער פון [[אַברהם רײזען]] און [[שרה רײזען]], אויך זײַנען אויך געװאָרן באַװאוסטע מחברים און דיכטער.
 
אין יאָר [[1915]] האָט ער זיך אַריבערגעצויגן אין [[ווילנע]], וואו ער האָט געגרינדעט (צוזאַמען מיט אַנדערע יידישע אינטעלעקטואַלען, ווי [[מאקס וויינרייך|מאַקס װײַנרײַך]]) דעם [[ייווא|ייִװאָ]] – ייִדיש װיסענשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. רײזען איז אויך געװען דער רעדאַקטאָר פון ״דער װילנער טאָג״. פון זײַנע ליטעראַרישע װערק, איז דער באַװאוסטסטע ״לעקסיקאָן פֿון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע״.
 
וועגן זײַן טויט איז עד היום ניט קלאָר, יש אומרים אַז נאָכדעם ווי די [[רויטע ארמיי|רויטע אַרמײ]] האָט פאַרנומען װילנע אין 1939, האָט מען רײזענען אַרעסטירט און אומגעבראַכט ערגעץ װאו אין דעם [[סאוועטן פארבאנד|ראַטנפֿאַרבאַנד]] (מסתּמא אין [[ריגע]]). אַנדערע האַלטן אַז די דײַטשן האָבן אים אומגעבראַכט נאָך זייער אײַננעמען ווילנע אין 1941.
 
== פון זײַנע ווערק ==
 
=== היסטאָריע פון דער אידישער ליטעראַטור ===
 
* '''פון מענדעלסאָן ביז מענדעלע: האַנטבוך פאַר דער געשיכטע פון דער ייִדישער השכלה ליטעראַטור מיט רעפּרדוקציעס און בילדער''', [[וואַרשע]]: קולטור-ליגע, 1923.
* '''לעקסיקאָן פון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און פילאָלאָגיע''', 4 בענדער, ווילנע: 1926–1929.
* '''פּסעוודאָנימען אין דער ייִדישער ליטעראַטור''', ווילנע: ייִדישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט, 1939.
 
=== ביאָגראַפיעס ===
 
* '''י"ל פרץ''' (ביאָגראַפיע)''': 1851–1915''', וואַרשע: 1915.
* '''מענדעלע מוכר ספרים: זײַן לעבן און זײַנע ווערק''', ווילנע: קינדערוועלט, [תרפ"-].
 
=== שפּראַך און גראַמאַטיק ===
 
* '''די מוטער־שפּראַך''': אַ מעטאָדע צו לערנען לעזען און שרײַבען יודיש מיט גראַממאַטיקאַלישע כללים: בײַגעלעגט אַלע העברעאישע ווערטער, וואָס געהען אַרײַן אין דער יודישער שפּראַך, וואַרשע: פּראָגרעסס, (1914). ‬
* '''גראַמאַטיק פון דער ייִדישער שפּראַך''', ווילנע: תר"פ.
* '''יודישע אָרטאָגראַפיע''': קאַליגראַפישע מעטאָדע (צוזאַמענגעשטעלט דורך אַ גרופּע לעהרער, אונטער דער לייטונג פון ז' רייזען, מיט אַ קליינער כרעסטאמטיע פון מ' בירנבוים), וואַרשע: קולטור, תרע"ו.
 
== איבערזעצונגען ==
 
* דער גן עדן. האַנס כריסטיאַן אַנדערסען. וואַרשע, תרע"ט.
* געקליבענע נאָוועלן. גײַ דע מופּאַסאַן. ווילנע, 1923.
* די האַרצרײַזע. היינריך היינע. וואַרשע, תרע"א.
* ירושלים און רוים : היסטאָרישער ראָמאַן אויס דער צײַט פון בית־שני. לו וואַלאַס. ווילנע, 1931.
* לואיזיאַן. יאָהאַנעס ווילהעלם יענסען. וואַרשע, תרע"ד 1914.
* פאַר פרײַהייט און רעכט : היסטאָרישע כראָניק צור צײַט פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע אין האָלאַנד. ניקאָלײַ אַלעקסאַנדאָוויטש רובאַקין. ווילנע, תרע"-.
* דער פליענדיקער קופּערט. האַנס כריסטיאַן אַנדערסען. ווילנע, 1931.
* פערברעכען און שטראָף. פיאָדאָר דאָסטויעווסקי. וואַרשע, תרע"ג 1913.
* דער פּרינץ און דער בעטלער. מאַרק טוויין. וואַרשע, תרפ"ט.
* קאנטראבאנדיסטען. מיכאיל לרמונטוב. ווארשא, תרע"-.
* א קיניג פון יהודה: היסטאָרישער ראָמאַן אויס דער צײַט פון חורבן בית ראשון. ערנסט טרומפּ. ווילנע, תרפ"ו.
* ראבינזאן קרוזא. דניאל דפו. ווארשע, תר"ע. ערשינען אויך אין 1928.
 
{| class="wikitable"
|}
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:זשורנאליסטן]]