אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פליפעלד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 43:
== זיכערהייט ==
יעדע לופטפעלד פארמאגט אייגענע זיכערהייט שטאבן און עמוירדזשענסי מעדיקל סערוויסעס אין פאל עפעס פאסירט. עס זענען פאראן פייערספעציעלע סטאנציעסלעשאויטאס וועלכעוואס זענען גרייט יעדע מינוט. די פעדעראלע אוואציע דעפארטמענט (עף-עי-עי) פארלאנגט אז אין אלע לופטפעלדער זאלן די עמוירדזשענסי ארבייטער זיין גרייט צו דעגרייכן יעדע פונקט אינעם לופטפעלד צווישן 3 און 5 מינוט. רוב פון די עמוירדזשענסי ארבייטער זענען שטאטישע ארבייטער וועלכע זענען סטאנציאנירט אין די לופטפעלדער. לופטפעלדער פארמאגן אויך זייער אייגענע פאליציי שטאב. אין טייל לופטפעלדער זענען די פאליציי צוגעשטעלט דורך די שטאט און אין טייל זענען זיי פריוואט צוגעשטעלט דורך די לופטפעלד פארוואלטונג. די פאליציי באוואכן די סטראטעגישע פונקטן אינעם לופטפעלד און שטערן די נישט-פאסאזשירן אריינצוגיין ווייטער וואו די זיכערהייט פונקטן. (מער וועגן זיכערהייט אין די לופטפעלדער וועלן מיר אויך בארירן אין די קומענדיגע ארטיקלען). יעדע לופטפעלד פארמאגט א ריזיגע רייניגונג'ס גרופע וועלכע געבן זיך אפ מיט'ן האלטן די טערמינאלן און קאנקורסן ריין און דארפן מאכן זיכער אז די סטארטפאסס זענען שטענדיג ריין. די שטאב פארמאגט טראקטארס און ספעציעלע כעמיקאלן וויאוי צו באהאנדלן שניי און גליטש און זענען פאראנטווארטליכט אויף די סטארטפאס זיכערהייט. ווען עס קומט א שניי שטורעם קוקן די לופטפעלדער אויס ווי א מיליטערישע זאנע. עס לאזן זיך ארויס הונדערטער טראקטארס און זאלץ טראקס וועלכע רייניגן זייער שנעל די סטארטפאסס און מאכן א גערודער וואס הערט זיך ווייט אוועק. קיין איין גאס אין א שטאט באקומט נישט אזעלכע שנעלע סערוויס ווען עס שנייט. ווען נישט די שנעלע ארבעט וואס זיי טוען וואלטן די לופטפעלדער זיך אפגעשפארט יעדעס מאל ווען עס שנייט.
 
== די פארוואלטונג ==