אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:לאג ראיל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 10:
איך בין בעסער באקאנט אלס TheIsraeliSudrian (אזוי צו זאגן: "דער ישראלדיקער סאָדאָרער", נאך דעם אינזל סאָדאָר אין "טאמעס און פריינט"). איך האב ערשטנס באטייליקט זיך אין די העברעאישע וויקיפעדיע, און שפעטער אויף ענגליש. אין יוני 2014 האב איך געפונען יידיש אין גוגל טראנסלייט, און געטאן עקספערימענטן מיט גרונטיקע ווערטער און טראנסקריפציעס פון נעמען. אבער, אין דער צייט האב איך געמיינט אז די שפראך איז געווען מאדנע און לעכערלעך, און איך האב זי קוים פארשטייט אדער רעספעקטירט. די דאזיקע קאנטע איז ערשטנס געשאפן געווארן צו "באהאלטן" מיין אידענטיטעט, און דער נאמען "לאג רעיל" איז א פאלשע טראנסקריפציע פון laG roiL, דער אריגינעלער נאמען פון מיין הויפט קאנטע. ווייל איך בין נישט געווען ערנסט, מיינע ערשטע פרוון צו שרייבן אויף יידיש זענען געווען פּאַטעטיש.
 
אבער, זינט 2015 האב איך געלערנט די שפראך מיט א טייל הילף פון אנדערע באניצער (בפרט פוילישער). ווייל מיינע הויפט שפראכן זענען העברעאיש און ענגליש (און א סאך ווערטער זענען זייער ענלעך אדער אידענטיש אין אנדערע שפראכן), יידיש איז געווען זייער גרינג פאר מיר. איך האב אפילו געשאפן מער ווי '''300340''' ארטיקלען, מוסטערן און קאטעגאריעס, און אויך פארבעסערט א טייל ארטיקלען וואס איך האב נישט געשאפן. אויך האב איך איבערגעזעצט א סאך באניצער קעסטלעך פון די העברעאישע וויקיפעדיע, צוזאמען מיט זייערע קאטעגאריעס. כאטש אז איך בין אינטערעסירט אין יידיש, איך גלייב נישט אין גאט אדער רעליגיע. צוליב דאס, איך שרייב כמעט נאר וועגן וועלטלעכע טעמעס וואס וויקיפעדיע דאַרף אנטהאלטן אין יעדע שפראך (אויב מעגלעך). אלע מיינע ארטיקלען זענען איבערגעזעצט פון ענגליש אדער העברעאיש, בפרט פשוטע ענגליש.
 
== לינקען ==